מאיר דאַסקאַלאָוויץ: כ׳בין שולדיק

Meir Dascalowitz Pleads Guilty


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 19, 2013, issue of May 10, 2013.

מאיר דאַסקאַלאָוויץ, אַ ברוקלינער אײַנוווינער, וועלכער איז באַשולדיקט געוואָרן אין פֿאַרגוואַלדיקן אַ גײַסטיק קראַנק קינד אין דער מיקווה, האָט דאָנערשטיק זיך אָנערקענט פֿאַר שולדיק, לויט אַ משפּט־אָפּמאַך, וואָס וועט אים מסתּמא פֿאַרמישפּטן צו פֿינף יאָר תּפֿיסה. די פֿאַרמישפּטונג וועט פֿאָרקומען דעם 29סטן אַפּריל.

„זענט איר זיך מודה, אַז איר האָט דורכגעפֿירט אַ סעקסועלן אַקט מיט אַ מענטש, וועלכער איז ייִנגער פֿון 15 יאָר?‟ האָט דער ריכטער, דזשאָסעף גאָביי, געפֿרעגט דעם 29־יאָריקן דאַסקאַלאָוויץ, וועלכער האָט געענטפֿערט: „יאָ.‟

„מזל־טובֿ, מזל־טובֿ… מאיר דאַסקאַלאָוויץ האָט זיך דערקלערט שולדיק,‟ האָט מאָטי יונגרײַס, דער טאַטע פֿונעם באַלעסטיקטן קינד, באַלד איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, נאָכן אַנאָנס אין געריכט, און אויך צוגעגעבן: „איך און מײַן פֿרוי און קינדער האָבן דורכגעמאַכט דרײַ יאָר פֿון גיהנום אין אונדזער חסידישער קהילה, פֿאַר דעם וואָס מיר האָבן נישט געשוויגן וועגן אונדזער קינדס סעקסועלער באַלעסטיקונג.‟

יונגרײַס טרײַבט נישט איבער. זינט זײַן קינד האָט דערציילט זײַן פּסיכאָלאָג וועגן דער פֿאַרגוואַלדיקונג אין דער מיקווה, וואָס האָט דערפֿירט צו דאַסקאַלאָוויצס אַרעסט אין מײַ 2010, האָט דער בעל־הבית פֿון זייער בנין זיי געהייסן זיך אַרויסציִען; דאָס קינד, העשי, האָט מען אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער ישיבֿה, און זייער משפּחה און פֿרײַנד האָבן אויפֿגעהערט רעדן מיט זיי.

דער טאַטע פֿילט אַ ספּעציעלן ווייטיק, וואָס זײַן רבי, דער פּופּער רבי, האָט אַרויסגעוויזן אַ סך שטיצע פֿאַר דאַסקאַלאָוויצן, און גאָרנישט געטאָן צו העלפֿן דעם קינד.

„געוויסע חסידים זענען געקומען צו יעדן פֿאַרהער אין געריכט, כּדי צו געבן חיזוק דעם באַשולדיקטן, און אַנדערע זענען געגאַנגען אים באַזוכן אין תּפֿיסה. נאָר קיינער, קיינער איז נישט געקומען געבן מײַן זון חיזוק!‟ האָט יונגרײַס געטענהט. „קיינער האָט אים נישט געזאָגט: ׳זאָרג זיך נישט, העשי, ס׳וועט זײַן גוט.׳‟

יונגרײַס האָט כּסדר געבעטן, מע זאָל אים לאָזן אַרײַנגיין צום רבין, ער זאָל כאָטש הערן זײַן צד, ווי דער טאַטע פֿון אַ קראַנק קינד, וואָס איז באַלעסטיקט געוואָרן, נאָר די גבאָים פֿונעם רבין האָבן אים נישט אַרײַנגעלאָזט.

זינט די ישיבֿה האָט אַרויסגעוואָרפֿן דעם בחור מיט אַ יאָר צוריק, זיצט ער גאַנצע טעג אין דער היים, זאָגט דער טאַטע. „ער האָט אויפֿגעהערט לייגט תּפֿילין, ווײַל ער זאָגט: ׳אויב איך לערן נישט קיין תּורה, דאַרף איך נישט לייגן קיין תּפֿילין.׳ און וואָס טוט ער אַ גאַנצן טאָג? ער עסט… הײַנט וועגט ער שוין 300 פֿונט.‟

„קיינער ווײַזט נישט אַרויס קיין שטיצע פֿאַר די מענטשן,‟ האָט דערקלערט מאיר מאַרק אַפּעל, דער פּרעזידענט פֿון Voice of Justice — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס קעמפֿט פֿאַר סאָציאַלער גערעכטיקייט, בפֿרט אין שײַכות מיט דער סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער אין דער פֿרומער וועלט. „מיר העלפֿן זיי אַרויס, שענקען זיי מאָלצײַטן לכּבֿוד שבת און יום־טובֿ, אָבער די חסידישע קהילה ווײַזט נישט אַרויס קיין ברעקל מיטגעפֿיל.‟

אַפּעל האָט דערציילט, ווי ער האָט איין מאָל אַהיימגעפֿירט יונגרײַס מיטן אויטאָ, און באַמערקט ווי די שכנים איגנאָרירן אים אין גאַנצן. „ער וווינט אין דעם הויז מיט פֿיר אַנדערע משפּחות, אָבער אַלע וואָס זענען אים פֿאַרבײַגעגאַנגען האָבן אים נישט געזאָגט קיין וואָרט.‟

„וואָס מיר האָבן מיטגעמאַכט איז טאַקע שרעקלעך,‟ האָט יונגרײַס דערקלערט. „אָבער איך האָב זיך נישט אונטערגעגעבן.‟

„דער טרויעריקער אמת איז, אַז יעדער אין דער קהילה ווייסט, אַז דאַסקאַלאָוויץ איז אַ ׳מאָלעסטער׳ און אַ משוגענער,‟ האָט אַפּעל געזאָגט. „אָבער אַלע האָבן מורא צו פֿאַרטיידיקן עמעצן, וואָס דערקלערט עס אָפֿענערהייט.‟ זינט דאַסקאַלאָוויצס אַרעסט האָט ער שוין אַליין מודה געווען אין האָבן סעקסועל באַלעסטיקט צענדליקער אַנדערע קינדער, אָבער צוליב דעם וואָס די אַנדערע קינדער און זייערע משפּחות זענען נישט גרייט עס איבערצוגעבן דער פּאָליציי, ווי יונגרײַס האָט געטאָן, קען מען אים נישט מישפּטן דערפֿאַר.

דאַסקאַלאָוויצס באַשלוס זיך צו דערקלערן שולדיק איז פֿאָרגעקומען בלויז דרײַ חדשים נאָך דעם ווי אַ צווייטער באַלעסטיקער, נחמיה וועבערמאַן, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 103 יאָר תּפֿיסה פֿאַר האָבן צוויי יאָר לאַנג סעקסועל באַלעסטיקט אַ מיידל, אָנהייבנדיק ווען זי איז געווען 12 יאָר אַלט.

אַפּעל איז זיכער, אַז וועבערמאַנס פֿאַרמישפּטונג האָט איבערגעצײַגט דאַסקאַלאָוויץ זיך צו דערקלערן שולדיק. „ער פֿאַרשטייט אַליין, אַז אויב דער ענין וואָלט טאַקע געקומען צו אַ פּראָצעס, וואָלט ער אויך געקאָנט קריגן אַזאַ שטראָף.‟

יונגרײַס האָט געמישטע געפֿילן וועגן דעם, וואָס דאַסקאַלאָוויץ וועט בלויז דאַרפֿן זיצן פֿינף יאָר אין תּפֿיסה פֿאַר זײַן פֿאַרברעכן. „פֿינף יאָר איז אַ חוזק,‟ האָט יונגרײַס באַמערקט. „מײַן העשי איז איצט אויף אייביק צעשטערט געוואָרן צוליב דעם וואָס דאַסקאַלאָוויץ האָט אים אָפּגעטאָן. נישט בלויז וואָס ער האָט אים ׳מאָלעסטעד׳ אַ סך מאָל, נאָר וואָס ער האָט אים אויך געוויזן פּאָרנאָגראַפֿישע בילדער.‟ מיט אַ געבראָכן קול האָט דער טאַטע דערציילט, אַז דאַסקאַלאָוויץ האָט אָנגעשטעקט דאָס קינד מיט פֿאַרשידענע מיגלדיקע סעקסועלע געדאַנקען, וועלכע האָבן אים אין גאַנצן קאַליע געמאַכט.

פֿון דעסטוועגן, האַלט יונגרײַס, אַז דער משפּט־אָפּמאַך האָט אַ מעלה. „העשי האָט שוין גענוג געליטן. אויב ער וואָלט געדאַרפֿט דורכמאַכן אַ מישפּט, וואָלט עס געווען אַ צווייטע פּײַניקונג.‟

אַפּעל איז מסכּים. „בײַם מישפּט וואָלט מען דעם קינד געשטעלט מוראדיקע פּערזענלעכע פֿראַגעס, פֿאַרן גאַנצן עולם, און דאָס וואָלט געווען זייער נישט־אײַנגענעם.‟

פֿון דעסטוועגן, האַלט אַפּעל, אַז די חסידישע קהילה הייבט שוין אָן צו נעמען ערנסט די פּראָבלעם פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג. עמעצער האָט אים לעצטנס דערציילט, אַז זײַן פֿרײַנד, אַ פֿרומער ייִד מיט אַ באָרד, איז געפֿאָרן אינעם חסידישן שטעטל נײַ־סקווער, צפֿון ניו־יאָרק, און האָט אָפּגעשטעלט אַ 10־יאָריק חסידיש ייִנגל, כּדי אים צו פֿרעגן, ווי אַזוי צו קומען צו אַ געוויסן אַדרעס. דאָס קינד האָט אים געענטפֿערט און עטלעכע מינוט שפּעטער האָט די פּאָליציי אָפּגעשטעלט דעם ייִד. פֿאַר וואָס? דאָס קינד האָט געהאַט פֿאַרשריבן דעם נומער פֿון זײַן אויטאָ און עס גלײַך איבערגעגעבן דער פּאָליציי.

„דאָס וואָלט קיינמאָל נישט געשען מיט צען יאָר צוריק,‟ האָט אַפּעל געזאָגט. „סוף־כּל־סוף, הייבט די קהילה אָן אַכטונג צו געבן אויף די קינדער, און די קינדער הייבן אָן אַכטונג געבן אויף זיך אַליין.‟