דעם 29סטן אַפּריל, וועט דאָס ליציטאַציע־הויז „סאָטביס‟ פֿאַרקויפֿן אונטערן האַמער מער ווי 400 חפֿצים פֿון דער יודאַיִקאַ־זאַמלונג פֿונעם אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּ מײַקל סטײַנהאַרט און זײַן פֿרוי, דזשודי. „סאָטביס‟ שאַצט, אַז די ליציטאַציע וועט אַרײַנברענגען מער ווי 11 מיליאָן דאָלאַר.
אין אַן אַרטיקל פֿונעם זשורנאַל „פֿאָרבס‟ (Forbes) די וואָך, באַשרײַבט דזשאָנאַטאָן קיטס איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע עקספּאָנאַטן פֿון דער ליציטאַציע: אַ זילבערנע טאַץ, וואָס ווערט געשאַצט אויף בערך $600,000.
די טאַץ האָט אַ באַטײַטיקע געשיכטע. אין לאָנדאָן, במשך פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, האָט דער בירגער־מײַסטער יעדעס יאָר באַקומען אַ טאַץ, באַשאָטן מיט זיסע דעליקאַטעסן, ווי אַ מתּנה פֿון דער „בעוויס מאַרקס סינאַגאָגע‟. די טאַצן זענען אויסגעאַרבעט געוואָרן דורך די פֿעיִקסטע זילבערשמידן פֿון דער שטאָט און האָבן געקאָסט דער שיל אַ היפּשע סומע. אויף דעם אופֿן האָבן די אָרטיקע ייִדן געוואָלט אויסדריקן אַ דאַנק דער שטאָט־רעגירונג פֿאַר דערלויבן זיי צו לעבן פֿרײַ, ווען אַ סך ייִדן אין די אַנדערע לענדער פֿון אייראָפּע האָבן נאָך געמוזט וווינען אין געטאָס.
אָבער נאָך דעם ווי די טאַצן זענען אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער מאָדע, האָט מען כּמעט אַלע פֿון זיי צעשמאָלצן און מע האָט שיִער נישט פֿאַרגעסן אין דעם קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער געשיכטע. סטײַנהאַרט האָט אָפּגעקויפֿט איינע פֿון די טאַצן, פֿון יאָר 1719, און האָט באַשלאָסן דאָס צו ליציטירן, אין איינעם מיט די אַנדערע חפֿצים.
„די סטײַנהאַרטס האָבן געזאַמלט יודאַיִקאַ פֿון אַלע תּקופֿות פֿון דער געשיכטע, און זייער קאָלעקציע פֿונעם 18טן יאָרהונדערט און נאָך פֿריִער איז זעלטן,‟ האָט באַמערקט דזשעניפֿער ראָט, אַ הויך־באַאַמטע בײַ „סאָטביס‟.
„מיר האָבן נישט געזען אַ זאַמלונג פֿון אַזאַ פֿאַרנעם במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 50 יאָר,‟ האָט דערקלערט עלקע דויטש, די הויפּט־קוראַטאָרין פֿונעם „בערנאַרד־מוזיי‟ אין דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, „טעמפּל עמנואל‟, אין ניו־יאָרק.
נישט געקוקט אויף דעם וואָס סטײַנהאַרט איז אַ סעקולערער ייִד, נעמט זײַן זאַמלונג אַרײַן זייער אַ סך רעליגיעזע חפֿצים, אַרײַנגערעכנט פֿאַרשידענע מינים צדקה־פּושקעס און דעם צווייטן באַנד פֿון אַן אילוסטרירטן כּתבֿ־יד פֿון דער „פֿראַנקפֿורטער משנה־תּורה‟, פֿונעם 15טן יאָרהונדערט. (דעם ערשטן באַנד האָט דער וואַטיקאַן שוין פֿון פֿריִער אָפּגעקויפֿט.) דער ספֿר האָט אַ ווערט פֿון צווישן 4.5 און 6 מיליאָן דאָלאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.