גראַנאַדע, שפּאַניע. — דעם 19טן אַפּריל האָט זיך אין דער שטאָט גראַנאַדע, שפּאַניע, געעפֿנט אַ נײַער מוזיי פֿון ספֿרדישע ייִדן, געשאַפֿן מיט דער הילף פֿון געבריעל פּערעז און בעאַטריז קאַוואַליער, וועלכע האָבן אָפּגעמערקט די חנוכּת-הבית מיט זייער אייגענער חתונה.
במשך פֿון עטלעכע יאָר, האָבן די חתן-כּלה געזאַמלט געלט און געבעטן די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע צו עפֿענען אַ קליינעם ייִדישן מוזיי — דעם ערשטן אין דער דאָזיקער דרומדיקער שטאָט. בעת דער עפֿענונג-צערעמאָניע פֿון דער נײַער אינסטיטוציע, זענען זיי — אַ היסטאָריקער און אַ טאָכטער פֿון אַ ייִדישער פֿרוי, וועלכע איז אַנטלאָפֿן פֿון דער געגנט בעת דעם שפּאַנישן בירגערקריג — געוואָרן אַ מאַן-און-ווײַב. פֿאַר דער חנוכּת-הבית, האָבן זיי פֿאַרבראַכט אַ חודש אין ישׂראל.
אינעם מוזיי געפֿינט זיך אַ קאָלעקציע פֿון ביכער און אַנדערע היסטאָרישע מאַטעריאַלן, וואָס דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געזאַמלט אין אַנדאַלוזיע און אַנדערע ראַיאָנען פֿון שפּאַניע. זיי האָפֿן, אַז זייער זאַמלונג וועט העלפֿן צו פֿאַרשטייען בעסער דאָס אַמאָליקע לעבן פֿון דער אוראַלטער ייִדישער קהילה, וועלכע האָט געבליט אין שפּאַניע במשך פֿון הונדערטער יאָר, ביזן יאָר 1492, ווען דער קיניג פֿערדינאַנד מיט זײַן ווײַב איזאַבעלאַ האָבן באַפֿוילן צו פֿאַרטרײַבן די ייִדן פֿון שפּאַניע.
ווי ס׳איז באַקאַנט, זענען אַ טייל פֿון די אָרטיקע ייִדן זיך פֿאָרמעל געשמדט און געבליבן אינעם לאַנד. באַהאַלטענערהייט, האָבן זיי ווײַטער אָפּגעהיט די ייִדישע טראַדיציעס. הײַנט וווינען אין גראַנאַדע עטלעכע צענדליקער ייִדישע משפּחות.
דער מוזיי לייגט אויך פֿאָר טורן אַרום דעם געוועזענעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון דער שטאָט. פּערעז האָט איבערגעגעבן, אַז די שאַפֿער פֿונעם מוזיי ווייסן, וווּ די ייִדן האָבן אַמאָל געוווינט. בעת די טורן, ווערן די טוריסטן באַקענט מיט די יסודותדיקע ייִדישע טערמינען; מע דערציילט זיי אויך וועגן אַ צאָל באַרימטע מענטשן, וועלכע האָבן געשטאַמט פֿון די געשמדטע ייִדן.
דעם קומענדיקן חודש, פּלאַנירט דאָס פּאָרפֿאָלק דורכצופֿירן אין שפּאַניע אַן אונטערנעמונג געווידמעט דער ספֿרדישער פּאָעזיע; אינעם ווינטער-סעזאָן, קלײַבט זיי זיך אויך צו אָרגאַניזירן פֿעסטיוואַלן פֿון ייִדישער מוזיי און מאכלים. דאָס פּאָרפֿאָלק אַרבעט מיט מיט אַנדערע ייִדישע מוזייען אינעם אַנדאַלוזיע-ראַיאָן. במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר האָט מען אין צענדליקער שטעט אַרום שפּאַניע און פּאָרטוגאַל געעפֿנט פֿאַרשיידענע היסטאָרישע ייִדישע ערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.