צוליב דעם וואָס אַזוי ווייניק ייִדן קענען הײַנט ייִדיש, זאָגן שוין פֿון לאַנג אַ צאָל אַקאַדעמיקער פֿון ייִדיש־שטודיעס און סתּם ליבהאָבער פֿון ייִדיש, אַז מע דאַרף זיך באַמיִען איבערצוזעצן ווי ווײַט מעגלעך די געקליבענע ווערק פֿון די גרעסטע ייִדישע שרײַבער.
ביז איצט האָבן אָבער אַזוינע איבערזעצונגען נישט אויסגענומען בײַם עולם, אַפֿילו נישט צווישן די ייִדן. The New Yiddish Library Series, למשל, האָט געהאַט פּלאַנירט אַרויסצוגעבן צענדליקער בענד איבערזעצונגען, אָבער געמוזט אָפּשטעלן דעם אַמביציעזן פּראָיעקט נאָכן זיבעטן בוך — לאַמעד שפּיראָס „דער צלם און אַנדערע דערציילונגען‟. עס האָבן זיך פֿאַרקויפֿט נישט מער ווי עטלעכע הונדערט עקזעמפּלאַרן.
דער באַקאַנטער שרײַבער און איבערזעצער מײַקל (מעכל) וועקס האָפֿט צו בײַטן דעם מצבֿ. דעם קומעדיקן דינסטיק וועט וועקס, דער מחבר פֿון Born to Kvetsh און Just Say Nu, גרינדן אַ קאַמפּאַניע איבערצוזעצן יוסף אָפּאַטאָשוס פּאָפּולערן ראָמאַן, „אין פּוילישע וועלדער‟, אויף אַ גאָר נײַעם אופֿן: אַנשטאָט זיך צו ווענדן צו אַ פֿאַרלאַג, וועט וועקס זאַמלען דאָס געלט דורך דער אינטערנעץ, אַליין איבערזעצן דאָס בוך אויף ענגליש, און דערנאָך שטעלן די איבערזעצונג „אָנלײַן‟, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. אַ פּרטימדיקער אַרײַנפֿיר וועט באַקענען די לייענער מיט אָפּאַטאָשוס לעבן און ווערק.
„דורך דעם פּראָיעקט האָף איך צו גרינדן אַ נײַעם מוסטער פֿון ליטעראַרישע איבערזעצונגען, און גלײַכצײַטיק ראַטעווען אַ וויכטיק ווערק פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור פֿון פֿאַרגעסן ווערן,‟ דערקלערט וועקס אויף זײַן וועבזײַט, michaelwex.com.
מײַקל וועקס דערציילט פֿאַר וואָס ער האָט באַשלאָסן איבערצוזעצן „אין פּוילישע וועלדער‟
אינעם ראָמאַן „אין פּוילישע וועלדער‟, באַשרײַבט אָפּאַטאָשו דעם צעפֿאַל פֿונעם חסידישן הויף אין קאָצק נאָך דער נעאַפּאָלעאָנער תּקופֿה, ביזן פּוילישן אויפֿשטאַנד פֿון 1863. ער קאָנצענטרירט זיך בפֿרט אויפֿן לעבן פֿון די ייִדישע פֿאָלקסמענטשן אין וואַלד, די ייִשובֿניקעס, און זייערע טאָג־טעגלעכע באַציִונגען מיט די גויים. אין פֿאַרגלײַך מיטן סטערעאָטיפּ, אַז די ייִדן האָבן תּמיד געציטערט פֿאַר זייערע פּוילישע שכנים, ווײַזט אָפּאַטאָשו אַ גאָר אַנדערע זײַט: דאָ פֿילן זיך די ייִדן באַקוועם מיטן פּאָלאַק, און מע זעט בײַם פּוילישן פּויער אַ בפֿירושן דרך־ארץ פֿאַרן ייִד.
„דער ראָמאַן נעמט אַרײַן חסידיזם, אַפּיקורסות, פּוילישע פֿאַר־קריסטלעכע פֿאָלקס־ריטואַלן, לינקע ליבעס, שבתי־צבֿי־עלעמענטן, און פּוילישן נאַציאָנאַליזם,‟ האָט וועקס דערקלערט. „כ׳בין זיכער, אַז בײַ אַלע, וואָס לייענען דאָס בוך, ענדערט זיך אויף אייביק זייער מיינונג פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין פּוילן.‟ .
ווען דער ראָמאַן איז פּובליקירט געוואָרן אין 1921, האָט ער אַזוי אויסגענומען בײַם עולם, אַז מע האָט אים איבערגעדרוקט צען מאָל, און איבערגעזעצט אין אַכט שפּראַכן.
הגם מע האָט עס אויך אַרויסגעלאָזט אויף ענגליש, אין 1938, איז די איבערזעצונג נישט קיין געראָטענער, האָט וועקס געזאָגט, און דערפֿאַר פֿאָדערט זיך איצט אַ נײַע אויסטײַטשונג, וואָס איז בעסער צוגעפּאַסט צום מאָדערנעם עולם. אַנשטאָט איבערצוזעצן די ווערטער „ציצית‟ אויף ritual fringes, און „תּפֿילין‟ אויף phylacteries, ווי דער דעמאָלטיקער איבערזעצער, אײַזיק גאָלדבערג, האָט געטאָן, וועט מען אין דעם נײַעם נוסח איבערגעבן די עכטע ייִדישע און לשון־קודשדיקע טערמינען מיט לאַטײַנישע אותיות, און אויב דער לייענער ווייסט נישט וואָס דאָס איז, וועט ער קענען — דורך זײַן קאָמפּיוטער־מײַזל — גלײַך געפֿינען אַ פֿולע דעפֿיניציע אויף ענגליש.
דער עיקר — זאָגט וועקס — איז, אַז דער איבערזעצער זאָל זײַן עמעצער, וועלכער איז אַליין דערצויגן געוואָרן אויף ייִדיש, בײַ ייִדן פֿון מזרח־אייראָפּע, און וועלכער קען גוט די שפּראַך און די קולטור. „איך בין נישט דער איינציקער, וואָס קען עס טאָן, אָבער ווײַזט אויס, איך בין דער איינציקער, וואָס וויל עס טאָן,‟ האָט ער באַמערקט.
דאַן אָפּאַטאָשו, דאָס אייניקל פֿונעם שרײַבער, איז צופֿרידן מיט וועקס׳ פּלאַן און האָט אים טאַקע איבערגעשיקט אַ צאָל פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם זיידן, וואָס וועקס וועט ניצן אויף צו פּראָדוצירן אָפּאַטאָשו־זומער־לײַבלעך („טי־שערטס‟). די מנדבֿים, וועלכע שענקען די שענסטע בײַשטײַערס, וועלן באַקומען די העמדער ווי אַ מתּנה.
„עס זענען פֿאַרבליבן טויזנטער פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אים — וווּ ער זיצט מיט אַנדערע באַרימטע ייִדישע שרײַבער, און אויף קאָנפֿערענצן,‟ האָט דאַן אָפּאַטאָשו געזאָגט. אויף איין רירנדיק בילד, שטייט ער אַרומגערינגלט מיט 500 קינדער אין ווילנע.
אָפּאַטאָשו באַדויערט, וואָס אַזוי ווייניק מענטשן קענען הײַנט די ווערק פֿון זײַן זיידן. „די פּראָבלעם איז געווען — אָפּאַטאָשו אַליין,‟ האָט ער באַמערקט. „אין זײַן וועלט, איז אים אין גאַנצן נישט אָנגעגאַנגען, צי מע וועט אים איבערזעצן, צי נישט. די שרײַבער פֿון זײַן דור האָבן געשריבן בלויז פֿאַר זייער עולם. נו, אויב עמעצער האָט עס איבערגעזעצט אין שפּאַניש, און זיי האָבן באַקומען אַ פּאָר גראָשנס, וואָס ס׳האָט זיי צוגעהאָלפֿן בײַם קויפֿן אַ דאַטשע, איז גוט. מער ווי דאָס — נישט.‟
בלויז שלום אַש און באַשעוויס האָבן פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט פֿון איבערזעצן זייערע ווערק, האָט אָפּאַטאָשו צוגעגעבן.
ד״ר גענאַדי עסטרײַך, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האַלט אָבער, אַז די פּראָבלעם איז נישט בלויז מיט די ווערק פֿון אָפּאַטאָשו, נאָר מיר דער ייִדישער ליטעראַטור בכלל. „נישט נאָר האָבן ס׳רובֿ פֿון די סטודענטן אין מײַנע קלאַסן קיין מאָל נישט געלייענט קיין ענגלישע איבערזעצונג פֿון באַשעוויסן אָדער שלום־עליכם; זיי האָבן אַפֿילו קיין מאָל נישט געהערט פֿון זיי!‟
דאָ רעדט זיך, אַגבֿ, נישט וועגן סטודענטן, וועלכע זענען אָפּגעפֿרעמדט פֿון זייערע ייִדישע וואָרצלען, נאָר טאַקע די גראַדואַנטן פֿון די ייִדישע טאָגשולן, האָט עסטרײַך ביטער באַמערקט. „מיט דעם וואָס מע שיקט די קינדער אין ייִדישע טאָגשולן, קומען זיי אַרויס גוטע ייִדן, אָבער זיי האָבן בכלל נישט קיין חוש פֿאַר ליטעראַטור אָדער געשיכטע.‟
אויב מע וויל שטודירן אויף דאָקטער אָדער אַדוואָקאַט, ווי אַ סך פֿון זיי טוען, דאַרף מען טאַקע האָבן אַן אַנטוויקלטן מוח, אָבער נישט קיין ברייטע בילדונג, האָט עסטרײַך דערקלערט. „אין בעסטן פֿאַל, לייענען זיי די צײַטונגען, און אָפֿט מאָל — דאָס אויך נישט.‟
נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער יונגער דור איז טאַקע נישט פֿון די וואַזשנע לייענער פֿון ליטעראַטור, האַלט וועקס, אַז מע דאַרף פֿאָרט איבערזעצן די גרויסע ייִדישע ווערק, ווײַל מיט דער צײַט קאָן זיך איבערדרייען די ראָד, און דאָס לייענען ליטעראַטור קאָן ווידער ווערן פּאָפּולער. „ווען דאָס וועט געשען, וועלן די לייענער שוין האָבן אַ צוטריט צו גוטע איבערזעצונגען פֿון די ייִדישע שרײַבער.‟
„צי זיי וועלן עס לייענען דורך עלעקטראָנישע, צי דורך טראַדיציאָנעלע ביכער איז נישט וויכטיק,‟ האָט וועקס געזאָגט. „דער עיקר איז, ׳אין פּוילישע וועלדער׳ איז אַ פּאַסיק בוך פֿאַר זיי, ווײַל כאָטש אָפּאַטאָשו שרײַבט וועגן די ייִדן אין פּוילן אין 19טן יאָרהונדערט, איז עס אויך וועגן אונדז: ווי אַזוי מיר באַציִען זיך צו אונדזער אייגענער ייִדישער אידענטיטעט, צו אונדזערע נישט־ייִדישע שכנים און צו דער געזעלשאַפֿט בכלל. דאָס איז חל אויף די אַמעריקאַנער ייִדן ביזן הײַנטיקן טאָג, בעת זיי באַטייליקן זיך אין די נסיעות פֿון ׳געבורטרעכט׳ און דעם ׳מאַרש פֿון די לעבעדיקע׳.‟
אָבער די צײַט ברענט, זאָגט וועקס. „אויב מיר ווילן איבערגעבן דאָס ווערק צו די קומעדיקע דורות אויף אַ לײַטישן אופֿן, מוזן מיר עס איבערזעצן וואָס גיכער — איידער דער לעצטער דור, וואָס איז דערצויגן געוואָרן אויף ייִדיש פֿון פֿאַר־מלחמהדיקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, קלײַבט זיך אַריבער אין די מושבֿ־זקנימס.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.