לאָס־אַנדזשעלעס. — שבֿועות פֿרייען מיר זיך מיט דער תּורה; ווי אַזוי? מיר עפֿענען זי און לייענען פֿון איר. אָבער קודם, דאַרף מען געפֿינען, וווּ מע האַלט… טאָ ווי אַזוי געפֿינט מען דאָס אָרט? אויב מע ווייסט נישט קיין סך וועגן אַזוינע זאַכן, וועט מען זיך חידושן, וואָס אין אונדזער מאָדערנער וועלט, וווּ אַוואַנסירטע טעכנאָלאָגיע העלפֿט ברענגען אַן אָרדענונג אין אונדזערע לעבנס, האָט נישט די תּורה קיין האַנטבוך צו העלפֿן געפֿינען ווער און וואָס.
ווי איך האָב אַליין אויסגעפֿונען דאָס ערשטע מאָל, ווען איך האָב אַ פּרוּוו געטאָן געפֿינען וווּ מע האַלט, קען דער טעקסט פֿון דער ספֿר־תּורה אויסזען ווי אַ טעלעפֿאָן־בוך אָן זײַטן אין אַ פֿרעמדער שפּראַך. פֿאַר אַ סך מענטשן איז דאָס איינציקע מאָל, ווען מע האָט געדאַרפֿט געפֿינען דאָס אָרט וווּ מע לייענט, פֿאָרגעקומען בײַ דער בר/בת־מיצווה. און אַפֿילו דעמאָלט האָט עמעצער אונדז געוויזן וווּ. אָבער וואָס טוט מען, אויב, מיר ווילן אַליין, אָן הילף, צוריקגעפֿינען אונדזער אָרט אין דער תּורה; נישט פּשוט געפֿינען דאָס ריכטיקע אָרט, נאָר דערצו געפֿינען אַן אייגן גײַסטיק אָרט?
קיין „אַפּ‟ פֿאַר דעם האָט מען נאָך נישט געשאַפֿן — דערווײַל. „אַזאַ אַפּאַראַט וואָלט נישט אין גאַנצן געטויגט‟, האָט געזאָגט ראָסעל ניל, אַ ייִדישער דערציִער און טעכנאָלאָג, וועלכער באַשרײַבט זיך אַליין ווי די „קאָדינג־מאַלפּע‟, פֿאַרבונדן מיט „PocketTorah‟ (קעשענע־תּורה). זײַן „אַפּ‟ [app] פֿאַר אַ קלוגטעלעפֿאָן ווײַזט דעם טעקסט פֿון דער תּורה און הפֿטורה אויף לשון־קודש און איבערגעזעצט; ווי אויך ווי אַזוי מע לייענט מיטן טראָפּ. ווען מע האָט אים געפֿרעגט וועגן אַן „אַפּ‟ וואָס וואָלט געהאָלפֿן געפֿינען דאָס ריכטיקע אָרט אין דער תּורה, האָט ער געענטפֿערט, אַז צוליב דעם וואָס ביידע הענט האַלטן שוין דעם ספֿר־תּורה, וואָלט דאָס געשטערט דאָס געפֿינען אַן אָרט מיט אַזאַ „אַפּ‟.
צי איז דער פֿאַקט, וואָס קיין „אַפּ‟ איז נישטאָ — די איינציקע סיבה, וואָס האַלט אונדז אָפּ פֿון געפֿינען דעם מקור פֿון אונדזער רוחניות? מיט עטלעכע יאָר צוריק, צום סוף פֿון אַ פּאַראַד בײַ אַ סיום־התּורה אין אונדזער קליינעם מנין, האָב איך אָנגעהויבן צו פֿאַרשטיין, וווּ איך האַלט מיט דער תּורה. דער געדאַנק געמאָלט איז געווען צו שליסן דאָס לייענען מיט דער שמע־תּפֿילה פֿון דער נײַער ספֿר־תּורה. אָבער פּונקט, ווען מע האָט זי געדאַרפֿט האָבן, איז דער מענטש וואָס וואָלט געקענט געפֿינען דאָס אָרט, אַרויסגעגאַנגען צוליב אַ באַשטעלונג.
וואָס טוט מען? מיר האָבן נישט געוווּסט דאָס אָרט, און די תּורה קומט נישט מיט קיין לייען־צייכן. אָבער ווי איך האָב אויסגעפֿונען יענעם טאָג, און ווי די ראַבינערטע פּאַטרישע פֿענטאָן פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן אוניווערסיטעט‟ מיר לעצטנס דערמאָנט, „צו געפֿינען אַן אייגן אָרט אין דער תּורה, דאַרף מען ניצן אַלע מעגלעכקייטן און סימנים צו געפֿינען דעם וועג‟. פֿענטאָן אַרבעט אין דער ביבליאָטעק פֿון איר לאָס־אַנדזשעלעסער שול און איז אַ בעל־יועץ פֿאַר דער רבנות־פּראָגראַם. זי איז געווען אויף דער Forward רשימה פֿון אַמעריקעס אינספּירירנדיקסטע רבנים. לויט איר קען מען געפֿינען דאָס אָרט, אויב מע זוכט באַקאַנטע ווערטער, אָדער בלויזן אינעם טעקסט און אָפּטיילן. „די צען געבאָט, למשל, ווערן געשריבן אויף אַ ספּעציעלן אופֿן‟, האָט זי צוגעגעבן. „צי מע גלייבט צי נישט, אַז די תּורה איז געגעבן געוואָרן פֿונעם אייבערשטן, איז זי דאָך דער מקור פֿאַר אונדז ייִדן, און אַז מע לייענט זי, טראָגט מען אַן אַחריות‟.
פֿענטאָן לייגט פֿאָר אַזאַ פּלאַן — מע דאַרף קודם אויסגעפֿינען די פּרשה פֿון דער וואָך, און דערנאָך ניצן אַ ביכל וואָס האָט די פּרשה אויף לשון־קודש מיט נקודות, לעבן דער פּרשה אָן נקודות, ווי סע שטייט אין דער תּורה. אונדזער מנין האָט נישט געהאַט אַזאַ ביכל, ווײַל מיר האָבן געהאַט אַ מבֿין וואָס האָט אונדז געהאָלפֿן.
ווי אַזוי זשע האָבן מיר, סוף־כּל־סוף, געפֿינען דאָס אָרט? צוזאַמען האָבן מיר געניצט אונדזער קאָלעקטיוון וויסן. מיר האָבן געוווּסט, אַז דער שמע געפֿינט זיך אין דבֿרים; פֿון אַ מחזור האָבן מיר אויסגעפֿונען וואָסער פּסוק. ווען מיר האָבן אויפֿגעוויקלט די תּורה, האָבן מיר געזען די בלויזן אינעם טעקסט, האָבן מיר פֿאַרשטאַנען, ווען במדבר האָט זיך געענדיקט און דבֿרים האָט זיך אָנגעהויבן. מיר האָבן ווײַטער געזוכט ביז מיר האָבן געזען דעם גרויסן „ע‟ פֿון „שמע‟.
זינט דעמאָלט האָב איך ווײַטער געפֿונען מײַן אָרט מיט דער הילף פֿון אַזאַ „תּיקון‟־ביכל, און אַנדערע האָבן זייערע אייגענע הילף־מיטלען געניצט ווי צעטלעך, אַרײַנגעשטעקט, דאָ און דאָרט. ווען איך געפֿין דאָס אָרט פֿיל איך, ווי די תּורה רעדט גלײַך צו מיר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.