רעגירונג. דער פֿינאַנץ־מיניסטעריום האָט צוגעשטעלט דער כּנסת דעם בודזשעט-בוך מיט די פֿאָרשלאָגן צו ראַטעװען די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיע פֿון אַ סטאַגנאַציע. עס װעלן געהעכערט װערן די הכנסות־שטײַערן און געקירצט די סאָציאַלע אױסצאָלונגען. די אַלע „גזירות‟ װעלן אַרײַנברענגען אין דער מלוכה־קאַסע אַרום 14 מיליאַרד שקלים אַ יאָר.
צה”ל: „דער פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטעריום אַרבעט איבערן נײַעם פּראָיעקט, װעלכער װעט דערלױבן צו פֿאַרקירצן די מיליטער־דינסט בײַ די מענער אױף פֿיר חדשים‟.
דמשׂק: „מיר װעלן ענטפֿערן אױף דער ישׂראל־אַגרעסיע אין אַ פּאַסיקן פֿאַר אונדז מאָמענט. איצט האָט עס ניט קײן זינען, װײַל ישׂראל האָט זיך גוט צוגעגרײט צו אונדזער ענטפֿער‟. בעת דער ישׂראלדיקער אַטאַק זײַנען דערהרגעט געװאָרן אַם װײניקסטן 42 סאָלדאַטן פֿון דער סירישער נאַציאָנאַלער גװאַרדיע.
מאָסקװע. רוסישער פּרעזידענט װלאַדימיר פּוטין האָט באַהאַנדלט מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו די סיטואַציע אינעם מיטלענדישן ראַיאָן, באַזונדערס אין און אַרום סיריע.
ישׂראַל. אין נצרת איז פֿאָרגעקומען אַ ברוטאַלע דעמאָנסטראַציע קעגן דעם ישׂראלדיקן אַטאַק אױף דעם סירישן מיליטער־סקלאַד. די פּאָליצײ האָט געמוזט זיך אַרײַנמישן און באַרויִקט די צעבושעװעטע דעמאָנסטראַנטן.
בײדזשין. כינע האָט פֿאַראורטײלט די ישׂראל־אַטאַקן אױף די מיליטערישע אָביעקטן אין סיריע. דער כינעזישער פּרעזידענט שי האָט פֿאָרגעלײגט דעם פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע, מאַכמוד אַבאַס, װעלכער געפֿינט זיך אין כינע מיט אַן אָפֿיציעלן װיזיט, אַ פֿירפּונקטיקע קאָנצעפּציע פֿון סטימולירן דעם שלום־פּראָצעס צװישן די ישׂראלים און פּאַלעסטינער.
ירושלים. צום ערשטן מאָל זינט 2010 איז קײן ישׂראל אָנגעקומען אַן אָפֿיציעלע דעלעגאַציע פֿון טערקײַ. עס װעלן באַהאַנדלט װערן די װײַטערדיקע טריט צו נאָרמאַליזירן די מלוכישע באַציִונגען צװישן די צװײ מיטלענדישע לענדער. נאָך די געלונגענע באַהאַנדלונגען האָבן בײדע צדדים אונטערגעשריבן די דעקלאַראַציע פֿון אַ פֿולשטענדיקער נאָרמאַליזאַציע פֿון דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען.
בריסל. די פֿאַראײניקטע אײראָפּע רופֿט אַלע לענדער פֿון דער מיטלענדישער זאָנע צו אײַנהאַלטן זיך פֿון װעלכע ס‘ניט איז טאַטן, װעלכע קאָנען פֿאַרגרעסערן דעם פֿאַרנעם פֿונעם קאָנפֿליקט אין און אַרום סיריע.
בערלין. אױסערן־מיניסטער גידאָ װעסטערװעלע, בעתן װיזיט קײן בודאַפּעשט: „עס איז דאָ אַ סכּנה, אַז אױב מיר װעלן באַזאָרגן די סירישע רעבעלן מיט געװער, קען דאָס געװער אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון טעראָריסטישע באַנדעס, פֿאַרבונדן מיט „אַל־קײַדאַ‟; און דאָס װעט שטעלן אין אַ געפֿאַר די דעמאָקראַטישע מיטלענדישע לענדער — טערקײַ און ישׂראל. אױב דאָס געװער װעט אַרײַנפֿאַלן אין די ניט ריכטיקע הענט, װעט דמשׂק װערן נאָר אַ טראַנזיט־סטאַנציע אױפֿן װעג קײן ירושלים‟.
װײַסע הױזן: „סירישע רעבעלן האָבן ניט קײן מעגלעכקײטן אָדער אַ רצון צו נוצן דאָס כעמישע געװער‟.
קעניע. צװײ איראַנישע טעראָריסטן, װעלכע האָבן געגרײט אַטענטאַטן קעגן די ישׂראלדיקע אָביעקטן, זײַנען פֿאַראורטײלט געװאָרן צו אַ לעבנסלענגלעכער תּפֿיסה יעדער אײנער.
דײַטשלאַנד. עס איז אַרעסטירט געװאָרן אַ 93־יאָריקער מאַן, אַ געװעזענער װאַכמאַן אין אױשװיץ.
ניו־יאָרק. ישׂראלדיקער גרענעץ־פּונקט אױפֿן גולן־הױכפּונקט איז באַשאָסן געװאָרן פֿון אַ מינען־װאַרפֿער פֿון דער סירישער זײַט. צה”ל האָט אײַנגעגעבן אין דער „יו־ען‟ אַן אָנקלאָג קעגן דער מינען־באַשיסונג מצד סיריע.
„יו־ען‟. סאַודישער אַמבאַסאַדאָר צום זיכערהײט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟: „ניט דערלאָזן קײן װײַטערדיקע באַשיסונגען פֿון סיריע מצד ישׂראל‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.