קליוולענד, שטאַט אָהײַאָ. — דעם 24סטן מאַרץ האָט אַ פֿרוי מיט אַ דערשראָקן, קרעכצנדיק און אומקלאָר קול אָנגעקלונגען אויפֿן הילף-נומער „911‟, בעטנדיק איר צו העלפֿן. די פֿרוי האָט געזאָגט: „ס׳איז בלוט אומעטום איך האָב קיינמאָל נישט געזען אַזויפֿיל בלוט‟.
אין עטלעכע מינוט אַרום, זענען די מעדיקער אָנגעקומען אויפֿן אַדרעס אינעם נידערשטן טייל פֿון קליוולענד און אַוועקגעפֿירט די געליטענע פֿרוי אינעם מעדיצינישן צענטער „מעטראָהעלט‟, וועלכער געפֿינט זיך פֿינף מײַל פֿונעם אָרט, וווּ דער בלוטיקער אינצידענט איז געשען. ס׳איז אָבער געווען צו שפּעט: אַליזאַ שערמאַן, אַ 53־יאָריקע מאַמע פֿון פֿיר קינדער, איז געשטאָרבן.
די מעדיצינישע אינסטאַנצן האָבן איבערגעגעבן, אַז שערמאַן האָט באַקומען 11 שטעך-וווּנדן אין האַלדז, קאָפּ, רוקן און הענט. די קליוולענדער פּאָליציי מיינט, אַז עמעצער האָט זי בכּיוון געוואָלט דערהרגענען. שוין אָנדערהאַלבן חדשים זענען פֿאַרלאָפֿן נאָך דער טראַגעדיע; דערווײַל האָט מען נאָך נישט אַרעסטירט קיין פֿאַרדעכטיקטע און די פּאָליציאַנטן זאָגן ווייניק וועגן זייער אויספֿאָרשונג.
שערמאַנס חבֿרים און קרובֿים זענען אומצופֿרידן מיט דעם, ווי די פּאָציליי-אויספֿאָרשונג ווערט געפֿירט. די אומגעקומענע פֿרוי, וועלכע האָט געאַרבעט ווי אַ קראַנקן־שוועסטער בײַם פֿרוכטבאַרקייט-אָפּטייל פֿון דער קליוולענדער קליניק, האָט זיך געקריגט מיט איר מאַן צוליב דעם פּלאַנירטן גט. דער מאָרד איז געשען גלײַך פֿאַר פּסח און האָט שטאַרק שאָקירט די אָרטיקע ייִדישע קהילה. בערך 600 מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער לוויה, דעם 28סטן מאַרץ. דעני האָרוויץ, שערמאַנס אַ נאָענטע חבֿרטע, האָט דערציילט, אַז זי האָט קיינמאָל נישט געטראָפֿן אין איר לעבן אַזאַ גוטן מענטש, ווי אַליזאַ, וועלכע פֿלעגט כּסדר קומען צו איר מאַן אים העלפֿן.
דעם 22סטן אַפּריל, כּמעט אַ חודש נאָכן מאָרד, האָט די פּאָליציי פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קורצע 10־סעקונדיקע ווידעאָ-רעקאָרדירונג, וואָס ווײַזט אַן אַנטלויפֿנדיקן מאַן. די קאַמערע איז אינסטאַלירט בײַם דאַך פֿון אַ פּאַרקיר-גאַראַזש לעבן שערמאַנס הויז. מע איז חושד, אַז דער רעקאָרדירטער מענטש איז דער מערדער, ווײַל ער איז געווען אָנגעטאָן אין טונקעלע בגדים און געטראָגן אַ קאַפּישאָן. די פּאָליציאַנטן האָבן געבעטן די אײַנוווינער פֿון דער שטאָט צו העלפֿן זיי צו באַשטימען, ווער דער דאָזיקער מענטש איז. דערווײַל האָבן די אויספֿאָרשער נישט מיטגעטיילט, צי זיי האָבן אַ קאָנקרעטע ווערסיע פֿונעם פֿאַרברעכן. סערזשאַנט סעמי מאָריס האָט געמאָלדן דער ייִט״אַ, אַז די קליוולענדער פּאָליציי טוט אַלץ, וואָס ס׳איז נאָר מעגלעך, כּדי צו אויסצופֿאָרשן דעם מאָרד.
צוליב דעם, וואָס די אומגעקומענע פֿרוי האָט זיך געקריגט מיט איר מאַן, האָבן אַ סך מענטשן אָנגעהויבן באַטראַכטן אים ווי אַ מעגלעכן פֿאַרברעכער. שערמאַנס זון, דזשאָשואַ, האָט אָבער אָפּגעוואָרפֿן אַזאַ חשד בײַ זײַן מאַמעס לוויה, און געזאָגט, אַז זײַן טאַטע, אַ פּענסיאָנירטער אויגן-דאָקטער, האָט נישט געהאַט קיין שײַכות צו זײַן ווײַבס טויט. צערודערט, האָט דער אויסגעשריגן, אַז זײַן מאַמע איז געווען די בעסטע אין דער וועלט, און געדראָט „אַליין צו מאַכן אַ סוף‟ צום מערדער, אויב מע וועט אויסגעפֿינען, ווער ער איז.
דעם 20סטן יוני, אינעם יאָר 2011, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק אָנגעהויבן דעם גט-פּראָצעס. אַליזאַ שערמאַן איז דערמאָרדעט געוואָרן גלײַך נאָכן וויזיט פֿונעם אַדוואָקאַט-ביוראָ, וואָס געפֿינט זיך 300 פֿוס פֿון איר היים. דעם קומענדיקן טאָג, האָבן די שערמאַנס פּלאַנירט צו גיין אין געריכט.
זינט 2000, האָט די פּאָליציי באַקומען 22 באַריכטן פֿון קריגערײַ־פֿאַלן, וועלכע זענען געווען פֿאַרבונדן מיט שערמאַנס היים-אַדרעס אין ביטשוווּד, אַ קליוולענדער פֿאָרשטאָט. ס׳רובֿ אינצידענטן האָבן געהאַט צו טאָן מיט משפּחה-סקאַנדאַלן. צום בײַשפּיל, האָט איינער פֿון זייער זין זיך פֿאַרשפּאַרט אין זײַן שלאָף-צימער, ווען זײַנע עלטערן האָבן זיך צעקריגט.
דעם 25סטן מאַרץ — גלײַך נאָכדעם, ווי די פּאָליציי איז שוין געווויר געוואָרן וועגן דעם אַטאַק אויף אַליזאַ שערמאַן — האָט זי באַקומען אַ נײַעם טעלעפֿאָן-קלאַנג. סטענפֿאָרד שערמאַן האָט איבערגעגעבן, אַז עמעצער האָט פּאַרקירט בײַ זײַן הויז „מאָדנע אויטאָס‟.
ביטשוווּד, דער ראַיאָן, וווּ אַליזאַ שערמאַן האָט געוווינט, איז באַקאַנט ווי דער אָרטיקער ייִדישער צענטער, מיט אַכט שילן און אַ ריי קהילה-אינסטיטוציעס. אינעם יאָר 1977 האָט אַליזאַ פֿאַרענדיקט די שטאָטישע „העברעיִשע אַקאַדעמיע‟ און איז געווען אַ מיטגלידערין פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער שיל. איר רבֿ, בנימין בלאַו, האָט זי געלויבט ווי „זייער אַ וואַרעמהאַרציקע פֿרוי, וועלכע האָט זיך תּמיד געזאָרגט וועגן אירע קינדער און משפּחה‟.
שערמאַנס פֿרײַנד און קרובֿים האָבן שוין געזאַמלט אַ סומע פֿון 23,000 דאָלאַר, ווי אַ באַלוינונג פֿאַר אַן אינפֿאָרמאַציע, וואָס וועט העלפֿן צו אַרעסטירן דעם מערדער. דעני האָרוויץ האָט געעפֿנט אַ זײַטל אויפֿן „פֿייסבוק‟, בעטנדיק דעם עולם אָנצודריקן אויף דער פּאָליציי. זי האָט באַטאָנט, אַז כּדי צו לייזן די בלוטיקע רעטעניש, מוז מען כּסדר דערמאָנען די פּאָליציאַנטן, זיי זאָלן נישט פֿאַרגעסן אין דעם ענין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.