די באַאַמטע פֿונעם אָנגעזעענעם „יעיל־אוניווערסיטעט‟, אין ניו־הייווען, קאָנעטיקאָט, האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט דער פּאָליציי און דעם „עף־בי־אײַ‟, נאָך דעם ווי מע האָט אַנטדעקט גראַפֿיטי אינעם וויסנשאַפֿט־בנין פֿונעם אוניווערסיטעט, וואָס דראָט, אַז מע וועט אונטערצינדן דעם „סליפֿקאַ-צענטער‟ — דער ייִדישער סטודענטן־צענטער פֿונעם אוניווערסיטעט, דעם 16טן מײַ, דעם צווייטן טאָג שבֿועות.
מע האָט די גראַפֿיטי געפֿונען אין איינעם פֿון די וואַשצימערן פֿון בנין.
הגם די שול האָט אַנטדעקט די גראַפֿיטי דעם 22סטן אַפּריל, האָט מען נישט געשריבן וועגן דעם אין דער מעדיאַ ביז דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק, כּדי די פּאָליציי זאָל קאָנען שטילערהייט דורכפֿירן אַן אויספֿאָרשונג.
„יעיל‟ האָט פֿאַרשטאַרקט אירע זיכערהייט־כּוחות בײַם „סליפֿקאַ־צענטער‟. די פּאָליציי האָט אויך איבערגעגעבן די ידיעה צו אַלע סינאַגאָגעס און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין ניו־הייווען, ווי אויך צום קאָנעטיקאָט־צווײַג פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟, כּדי זיך צו באַראַטן מיט איר, ווי אַזוי דער אוניווערסיטעט זאָל באַהאַנדלען דעם ענין.
די אוניווערסיטעט־באַאַמטע האָבן געזאָגט, אַז זיי וועלן נישט אַנולירן די פּלאַנירטע אונטערנעמונגען אינעם „סליפֿקאַ־צענטער‟ דעם 16טן מײַ.
אין דער אמתן, וועלן שבֿועות זיך געפֿינען אַ סך ווייניקער סטודענטן ווי געוויינטלעך, ווײַל דינסטיק האָבן זיך פֿאַרענדיקט אַלע סוף־עקזאַמענס פֿונעם זמן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.