דעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער האָט אלי בן־טורה, דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אינעם אַפֿריקאַנער לאַנד סענעגאַל, פֿאַרבעטן אַן עולם פֿון אָרעמע מוסולמענער אינעם ייִדישן קאָמונאַלן צענטער, כּדי אויסצוקלײַבן איינע פֿון 100 לעבעדיקע חיות, וואָס זיי האָבן געקאָנט אַהיימנעמען פֿאַר זייערע אָפּער־ריטואַלן.
די געשעעניש, וואָס איז טראַנסמיטירט געוואָרן דורך דער נאַציאָנאַלער סענעגאַלער טעלעוויזיע, קומט פֿאָר יעדעס יאָר איידער עס פֿאַלט אויס די „טאַבאַסקי‟ — דער אָרטיקער נאָמען פֿון דער מוסולמענישער „אייד אַל־אַדכאַ‟־סעודה, און דערבײַ שאַפֿט עס אַן עפֿעקטיווע געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן ישׂראלס שם אין אַ לאַנד, וווּ 95% פֿון די אײַנוווינער זענען מוסולמענער.
די חיות זענען בלויז איין בײַשפּיל פֿון די מיליאָנען דאָלאַרן, וואָס ישׂראל האָט במשך פֿון די יאָרן אַרײַנגעלייגט אין סענעגאַל, אַ פֿראַנצויזיש־רעדנדיק לאַנד אין מערבֿ־אַפֿריקע, וווּ 12 מיליאָן מענטשן באַקומען חודשלעכע שׂכירות פֿון 158$.
סענעגאַל, פֿון איר זײַט, פֿאַרטיידיקט דעם מויער, וואָס ישׂראל האָט געבויט, כּדי זיך צו באַשיצן פֿון פּאַלעסטינער טעראָריזם. במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר האָט זיך שטאַרק צעוואַקסן דער האַנדל צווישן ישׂראל און סענעגאַל, און דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער האָט סענעגאַל אונטערגעשריבן אַ נאַפֿט־אָפּמאַך מיט אַ ישׂראלדיקער מינערײַ־פֿירמע.
„אַזוי ווי ישׂראל, איז סענעגאַל אַן אינדזל פֿון סטאַביליטעט אין אַן אומסטאַבילן ראַיאָן,‟ האָט בן־טורה באַמערקט בעת אַן אינטערוויו מיט דער ייִט״אַ אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין דער קרוינשטאָט דאַקאַר.
מיט צוויי וואָכן צוריק האָט מען אין דאַקאַר געפֿײַערט „יום־העצמאות‟. נאָך רעדעס פֿון בן־טורה און דעם סענעגאַלער מיניסטער פֿון דערציִונג, מאַמאַדו טאַלאַ, האָט דער ישׂראלדיקער באַלעט־דירעקאָר עידו תּדמור, אין איינעם מיט 40 אָרטיקע טענצער, אויפֿגעטראָטן מיט אַ מאָדערנעם טאַנץ־ווערק. צענדליקער צוקוקער האָבן, באַגײַסטערטע, רעקאָרדירט די פֿאָרשטעלונג מיט זייערע „סמאַרטפֿאָנען‟.
סענעגאַלס וואַקסנדיקע פֿרײַנדשאַפֿט מיט ישׂראל איז נישט קיין צופֿאַל. איר שכנותדיק לאַנד, מאַלי, האָט פֿאַראַיאָרן געליטן פֿון אַזאַ מעכטיקער איסלאַמישער איבערקערעניש, אַז פֿראַנקרײַך האָט געדאַרפֿט אַרײַנשיקן אירע סאָלדאַטן עס צו באַרויִקן. בערך 475,000 מענטשן זענען אַנטלאָפֿן פֿון דאָרט — אַ סך פֿון זיי קיין סענעגאַל. געוויסע אָבסערוואַטאָרן האַלטן, אַז סענעגאַל שאַרט זיך צו צו ישׂראל און דער מערבֿ־וועלט, בלויז כּדי צו זוכן באַשיצונג פֿון די איסלאַמיסטן.
ווי אַן אָרעם, מוסולמעניש לאַנד, וואָס איז שטאַרק אָפּהענגיק פֿון אויסלענדישער שטיצע, מוז סענעגאַל זיך היטן בײַם דערנענטערן זיך צו דער ייִדישער מדינה. אַנטיסעמיטישע ביכלעך פֿאַרקויפֿן זיך דאָ אין די קיאָסקן, און אין 2009, האָבן עטלעכע הונדערט מענטשן פֿאַרברענט די ישׂראלדיקע פֿאָן, אויס פּראָטעסט פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע „צעשמאָלצענער בלײַ‟ אין עזה.
די הויכע באַאַמטע אין דער סענעגאַלער רעגירונג האָבן נישט געגעבן דער ייִט״אַ קיין סיבות פֿאַר דער מלוכהס נאָענטקייט מיט ישׂראל, אָבער אָבסערוואַטאָרן האַלטן, אַז ס׳איז פֿאַרבונדן מיט אַן אַקציע אין 1973, ווען סענעגאַל האָט, אונטערן דרוק פֿון די אַראַבישע לענדער, איבערגעריסן אירע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל.
„די אַראַבער האָבן צוגעזאָגט סענעגאַל נאַפֿט פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, אויב זיי שאַפֿן אָפּ די באַציִונגען מיט ישׂראל, אָבער ס׳איז גאָרנישט געוואָרן דערפֿון, און סענעגאַל האָט געהאַט שטאַרק פֿאַראיבל וועגן דעם,‟ האָט דערקלערט צבֿי מזל, אַ געוועזענער באַאַמטער פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום, וועלכער האָט געהאָלפֿן צו באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ביידע לענדער אין 1994.
דער שייך פּאַיע, אַ מוסולמענישער פֿירער אין סענעגאַל, וועלכער האָט זיך אויך באַטייליקט אין די יום־העצמאות פֿײַערונגען, האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז זײַנע וואַרעמע געפֿילן פֿאַר ישׂראל זענען דווקא נישט פֿאַרבונדן מיט פּאָליטיק.
„מײַן פֿאַרשטאָרבענער טאַטע פֿלעג זײַן אַ גוטער פֿרײַנד מיט עטלעכע ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרן דאָ, אָבער ער איז געשטאָרבן מיט דרײַ חדשים צוריק,‟ האָט פּאַיע געזאָגט. „דערפֿאַר איז פֿאַר מיר אַ כּבֿוד צו פֿאַרטרעטן זײַן אָרט בײַ דער פֿײַערונג פֿון אַ לאַנד, וואָס ער האָט שטאַרק ליב געהאַט, אָבער קיין מאָל נישט באַזוכט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.