ישׂראל. אין ירושלים, װי אױך אין אַנדערע שטעט פֿון מדינת־ישׂראל, זײַנען פֿאָרגעקומען פֿילצאָליקע דעמאָנסטראַציעס און מיטינגען, געװידמעט דעם 9טן מײַ — דעם ניצחון־טאָג (לױטן רוסישן נוסח) איבערן נאַצישן דײַטשלאַנד און זײַנע סאַטעליטן.
וואַשינגטאָן־ירושלים. באַראַק אָבאַמאַ און בנימין נתניהו האָבן טעלעפֿאָניש באַהאַנדלט די לאַגע אין מיטלענדישן ראַיאָן. אַ באַזונדערע דאגה פֿון זײ בײדע — דער הסכּם צװישן רוסלאַנד און סיריע װעגן די עקסטרע מאָדערנע ראַקעטן „ערד-לופֿט, עס־300‟, װעלכע בײַטן דעם מיליטערישן פּאַריטעט לטובֿת סיריע. ישׂראלדיקער באַאַמטער האָט באַשטעטיקט, אַז ישׂראל האָט געבעטן בײַ רוסלאַנד, זײ זאָלן ניט פֿאַרקױפֿן די דאָזיקע ראַקעטן צו סיריע.
דזשאָן קערי האָט זיך געטראָפֿן אין רױם מיט ציפּי ליבֿני. אױפֿן סדר־יום איז געווען דער שלום־פּראָצעס צװישן ישׂראל און פּאַלעסטינער. ציפּי ליבֿני: „שלום איז דער סטראַטעגישער אינטערעס פֿון מדינת־ישׂראל‟.
מאָסקװע. דער פּרעזידענט װלאַדימיר פּוטין: „מיר װעלן פֿאָרזעצן צו היטן די זיכערקײט פֿון דער װעלט‟.
רבת־עמון. פּאָליצײ האָט צעטריבן מיט כּוח דעם צעיושעוועטן המון, װעלכער האָט געװאָלט זיך דורכרײַסן אינעם בנין פֿון דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין יאָרדאַניע. פּרעמיער אַבדאַלאַ נאַסור: „די לאַגע אין סיריע האָט זיך שטאַרק פֿאַרערגערט, באַזונדערס צוליב דעם ישׂראל־אַטאַק‟.
ירושלים. דער געװעזענער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל אין יאָרדאַניע, עודד אײראַן: „צוליב דער גרױסער צאָל פֿון סירישע פּליטים אין יאָרדאַניע (10% פֿון דער באַפֿעלקערונג), האָט ישׂראל פֿאַרגרעסערט די קוואַנטיטעט פֿון טרינק־װאַסער, מיט װעלכן מיר באַזאָרגן יאָרדאַניע. חוץ דעם, האָט ישׂראל געעפֿנט אירע האַפֿנס אין חיפֿה פֿאַרן יאָרדאַנישן עקספּאָרט קײן מערבֿ־אײראָפּע‟.
ראַמאַלאַ. נאַביל אַבו־רודײנאַ, דער פּרעסע־סעקרעטאַר פֿונעם פּאַלעסטינער פֿאָרזיצער: „די בויוּנג אין בית־אַל מאַכט קאַליע די באַמיִונגען פֿונעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, פֿון דעם מלוכה־סעקרעטאַר קערי, און דעם שלום־פּראָצעס‟.
„קול־ישׂראל‟. אין לאַנד קומען פֿאָר הײסע דעבאַטן איבער דער עקאָנאָמיע־פּאָליטיק פֿונעם נײַעם פֿינאַנץ־מיניסטער יאיר לאַפּיד. די קאָמפּראָמיספֿולע אונטערהאַנדלונגען צװישן דעם מיניסטער און דעם פֿאָרזיצער פֿון דער הסתדרות האָבן געהאָלפֿן אױסמײַדן דעם אַלגעמײנעם גרענעצלאָזן שטרײַק.
„בצלם‟. די פּראָ־פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציע „בצלם‟ האָט פֿאַרעפֿענטלעכט אַ נײַעם באַריכט: „אַ העלפֿט פֿון די דערהרגעטע בעת דער אָפּעראַציע ׳דער װאָלקנזײַל׳ זײַנען געװען ציװילע מענטשן, װעלכע האָבן ניט גענומען קײן אָנטײל אין די שלאַכטן. צװישן זײ צװאַנציק קינדער.‟
„יו־ען‟. אין דער „יו־ען‟ צירקולירן שמועסן, אַז אינדיע און די פֿיליפּינען האַלטן בײַם אָפּרופֿן זײערע מיליטער־לײַט פֿון דער „יוניפֿיל‟־אָפּטײלונג בײַ דער ישׂראל־סירישער גרענעץ.
תּל־אָבֿיבֿ. די װיסנשאַפֿטלער פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט, ד״ר בעז באַראַק און פּראָפֿ’ אורי אשרי, האָבן געמאָלדן װעגן אַ װיכטיקער אַנטדעקונג — דער עודף פֿונעם װײַסלשטאָף (אַלבומין) „טאָמאָזין‟ איז גורם די קרענק „אַלצהײַמערס‟ און „פּאַרקינסאָן‟. איצט גײען די װיסנשאַפֿטלער איבער צו דער צװײטער סטאַדיע פֿון דער אַרבעט — אױסגעפֿינען אַן עפֿעקטיװע רפֿואה קעגן די צװײ זײער פֿאַרשפּרײטע קרענק.
װאַשינגטאָן. מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי: „באַשאַר אַסאַד װעט ניט אַרײַנגײן אין דער סירישער איבערגאַנג־רעגירונג‟. דער פּרעסע־סעקרעטאַר פֿונעם װײַסן הױז: „די צוקונפֿט פֿון סיריע איז ניט פֿאַרבונדן מיט באַשאַר אַסאַדס נאָמען. די אָפּאָזיציע דאַרף באַשטימען װער װעט אַרײַנגײן אין דער איבערגאַנג־רעגירונג.‟
יעקבֿ חגואל, ראָש פֿון אַן אָפּטײלונג אין דער אַלװעלטלעכער ציוניסטישער הסתדרות: „פֿאַר די לעצטע 8 יאָר איז די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אױף דער װעלט געשטיגן אױף 50%.‟
ישׂראל. שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם אױסערן־מיניסטער, זאבֿ עלקין האָט געבראַכט עגיפּטן אַן אָפֿיציעלע אַנטשולדיקונג פֿאַרן צופֿעליקן אינצידענט צװישן פּאָליצײ און די עגיפּטישע דיפּלאָמאַטן.
ניו־יאָרק. אַ צײכענונג פֿון חײם סוטין „דער קלײנער קאָך‟ איז פֿאַרקױפֿט געװאָרן פֿאַר אַן אומפּרעצידענטן פּרײַז — 18 מיליאָן דאָלאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.