צי קאָן מען אַריבערפֿליִען בחינם דעם גאַנצן אַמעריקאַנער קאָנטינענט? אַ גרופּע שווייצאַרישע אינזשענירן ווײַזן, אַז יאָ — אויב מע לייגט אַרײַן אין אַזאַ פּראָיעקט אַ נישקשהדיקע סומע פֿון 90 מיליאָן יוראָ אָדער 120 מיליאָן דאָלאַר. דעם 3טן מײַ, פֿרײַטיק אין דער פֿרי, האָט דער עראָפּלאַן מיט באַדינגלעכן נאָמען „זון-אימפּולס‟ („Solar Impulse‟) זיך אויפֿגעהויבן פֿון אַ פֿליפֿעלד לעבן סאַן-פֿראַנציסקאָ, שטאַט קאַליפֿאָרניע. אין 18 שעה און 18 מינוט אַרום, בײַנאַכט, האָט ער געלאַנדט אין פֿיניקס, די הויפּטשטאָט פֿונעם שטאַט אַריזאָנע.
בסך-הכּל, האָט דער עראָפּלאַן דורכגעמאַכט אַ רעלאַטיוו-קליינע דיסטאַנץ פֿון אַרום 650 מײַל, פֿליִענדיק פּאַמעלעכער, ווי אַן אויטאָ. דער חידוש באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס די שווייצאַרישע פֿלי-מאַשין נוצט אויס בלויז די זון-ענערגיע, אָן קיין שום ברענשטאָף. שפּעטער קלײַבן זיך די פּילאָטן צו פֿליִען נאָך ווײַטער — קיין דאַלאַס, סענט-לויִס, וואַשינגטאָן און ניו־יאָרק. אין צוויי יאָר אַרום פּלאַנירן זיי אַרומצופֿליִען די גאַנצע וועלט.
דער שווייצאַרישער דאָקטער-פּסיכיאַטער בערטראַן פּיקאַר, פֿון דער שטאָט לאָזאַן, איז אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון לופֿטבאַלאָנען און אַנדערע פֿלי-מכשירים. אינעם יאָר 1999 איז ער, צום ערשטן מאָל אין געשיכטע, אַרומגעפֿלויגן די גאַנצע פּלאַנעט אויף אַ לופֿטבאַלאָן אָן אַן אָפּשטעל, במשך פֿון 19 טעג און 21 שעה. מיט צען יאָר צוריק, האָט ער געגרינדעט, בשותּפֿות מיטן לאָזאַנער פֿעדעראַלן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, דעם פּראָיעקט פֿונעם זון-עראָפּלאַן, וועלכער האָט צוגעצויגן אַ סך אינוועסטיטאָרן און פֿירנדיקע וויסנשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט די אייראָפּעיִשע קאָסמאָס-אַגענטור. אינעם יאָר 2012, האָט פּיקאַר, צוזאַמען מיטן געשעפֿטסמאַן אַנדרע באָרשבערג, אַריבערגעפֿלויגן פֿון מאַראָקאָ קיין שווייץ. איצט האָבן די צוויי פּילאָטן אָנגעהויבן זייער פֿלי-טור איבער אַמעריקע.
דער „זון-אימפּולס‟ איז בכּוח צו פֿליִען בײַנאַכט, צוליב דער אָנגעלאָדענער עלעקטרישער ענערגיע אין די אַקומולאַטאָרן. מיט דרײַ יאָר צוריק איז דער עראָפּלאַן דורכגעפֿלויגן אָן אַן הפֿסק במשך פֿון 26 שעה, טאָג און נאַכט.
עס קאָן זײַן, אַז אַזעלכע עראָפּלאַנען וועלן העלפֿן צו לייזן די ברענשטאָף-פּראָבלען אין דער צוקונפֿט. דערווײַל זעט דער עקספּערימענטאַלער מאָדעל אויס ווי אַ טשיקאַווע פֿאַרווײַלעריש שפּילעכל; ווייניק מענטשן וואָלטן געוואָלט פֿליִען פֿון אייראָפּע קיין אַמעריקע במשך פֿון אַ פּאָר-דרײַ טעג. אַזעלכע עקספּערימענטן ווײַזן אָבער אָן, אַז ס׳איז מעגלעך צו שאַפֿן אַ פּראַקטישן לופֿט-טראַנספּאָרט, וואָס באַגייט זיך אָן ברענשטאָף.
אַ צאָל עקספּערימענטאַלע זון-אויטאָס און שיפֿן האָבן געוויזן, אַז אַזאַ טראַנספּאָרט קאָן אויך אויסגענוצט ווערן אויף דער ערד אָדער אינעם ים. די אָנגעלאָדענע ענערגיע אין אַ טיפּישן זון-אויטאָמאָביל דערמעגלעכט צו פֿאָרן 250 מײַל בײַנאַכט, מיט דער גיכקייט פֿון 60 מײַל אַ שעה. צוליב דער כּסדרדיקער אַנטוויקלונג פֿון מער עפֿעקטיווע אַקומולאַטאָרן און זון-באַטאַרייען, ווערן זיי פֿון יאָר צו יאָר אַלץ שנעלער און ענלעכער צו די געוויינטלעכע אויטאָס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.