כ׳געדענק נישט דעם נאָמען פֿונעם מאַן, וואָס האָט מיר פֿאַרקויפֿט דאָס ווערטערבוך. ער איז געווען איינער פֿון אַ סך מענטשן, וואָס איך האָב געטראָפֿן אין די 1990ער בעת מײַן וויזיט אין צענטראַל־אַזיע צוליב מײַן פֿאָרש־אַרבעט. כ׳געדענק נאָר, אַז ער האָט געפּרוּווט פּטור צו ווערן פֿון זײַן האָב־און־גוטס, איידער ער פֿאַרלאָזט בוכאַראַ.
דאָס ווערטערבוך איז געווען ווייניקער פֿון 50 זײַטן און בלויז געהאַט די איבערזעצונגען פֿון 700 ווערטער. דאָס אינטערעסאַנטסטע איז אָבער וואָס יעדער טערמין איז געווען אויף זעקס שפּראַכן: העברעיִש, פּערסיש, רוסיש, שפּאַניש, אַראַביש און טערקיש.
די בוכאַרער ייִדן ווערן, געוויינטלעך, כאַראַקטעריזירט ווי אַ קהילה, וואָס איז תּמיד געווען אָפּגעזונדערט פֿון די ייִדן איבער דער וועלט; דאָס ווערטערבוך איז אָבער אַ באַווײַז, אַז ס׳איז נישט געווען אַזוי.
מײַן ערשטע רײַזע קיין אוזבעקיסטאַן איז געווען אין 1993. כ׳בין דעמאָלט געווען אַ גראַדויִר־סטודענטקע אין קולטורעלער אַנטראָפּאָלאָגיע, און איך בין געפֿאָרן אָהין, ווײַל כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, אַז די מאַסן־עמיגראַציע פֿון די בוכאַרער ייִדן — אַ קהילה פֿון 50,000 נפֿשות — באַטרעפֿט דעם סוף פֿון איינעם פֿון די לענגסטע קאַפּיטלען אין דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין די תּפֿוצות.
די ייִדן האָבן שוין געוווינט אין צענטראַל־אַזיע מיט 2,000 יאָר צוריק.
בעת מײַם באַזוך בין איך געפֿאָרן צו די שטעט, וואָס האָבן געהאַט די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג. איך האָב זיך דערוווּסט וועגן די הײַזער, אינסטיטוציעס און לעבן־שטייגער, וואָס דער ייִשובֿ וועט באַלד פֿאַרלאָזן. די מענטשן, מיט וועמען איך האָב זיך באַקענט, האָבן זיך געחידושט וועגן מײַן אינטערעס. פֿאַר וואָס וואָלט איך — אַן אַשכּנזישער ייִד — געוואָלט וויסן וועגן די בוכאַרער ייִדן? נישט געקוקט אויף מײַן ליכטיקער הויט, האָבן עטלעכע פֿון זיי געטענהט, אַז איך מוז האָבן געהאַט אַ בוכאַרער עלטער־באָבע אָדער ־זיידע.
דאָס ווערטערבוך האָט מיך ספּעציעל פֿאַרכאַפּט. נאָכן אויספֿאָרשן דעם ענין, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דאָס בוך איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין די יאָרן בעת די רוסן האָבן געהאַלטן בײַם פֿאַרכאַפּן צענטראַל־אַזיע. נאָך דעם ווי גרויסע טיילן פֿונעם בוכאַרער קיניגרײַך זענען געקומען אונטער דער צאַרישער הערשאַפֿט, האָבן זיך פֿאַרבעסערט די טראַנספּאָרט־ און קאָמוניקיר־מיטלען מיט דער מערבֿ־וועלט, און ס׳איז שטאַרק געוואַקסן די מעגלעכקייט פֿון האַנדל.
די ייִדן האָבן אויסגעניצט די געלעגנהייט, און ס׳איז דערפֿון אויסגעוואַקסן אַ נײַער קלאַס פֿון ייִדישע סוחרים בײַ די בוכאַרער ייִדן. זיי האָבן געמאַכט רײַזעס אויף מיזרח צוליב געשעפֿטן; אויף מערבֿ — אין אורלויב, און קיין ארץ־ישׂראל אויף קבֿר־אָבֿות. זיי זענען געוואָרן אמתע קאָסמאָפּאָליטיקער, און זיך באַניצט מיט פֿאַרשידענע שפּראַכן, בעת זיי האָבן זיך געדרייט צווישן כּלערליי קולטורן און אימפּעריעס.
דאָס פֿיל־שפּראַכיקע ווערטערבוך ווײַזט, אַז פּונקט ווי די בוכאַרער ייִדן האָבן זיך נישט געפֿילט צוגעבונדן צו קיין איין אָרט, האָבן זיי אויך נישט גערעדט בלויז איין לשון. דער רעדאַקטאָר, שלמה באַבאַ יאָן פּינכאַסאָוו האָט, למשל, נישט אַרויסגעוויזן קיין פּרעפֿערענץ פֿאַר רוסיש איבער פּערסיש, טערקיש אָדער העברעיִש.
בײַם סוף פֿונעם ווערטערבוך האָב איך אָבער געפֿונען די תּפֿילת־הדרך — דאָס געבעט, וואָס מע זאָגט איידער מע פֿאָרט אַרויס אויף אַ רײַזע, און דאָס איז דווקא געדרוקט געוואָרן בלויז אויף לשון־קודש. די בוכאַרער, פּונקט ווי ס׳רובֿ ייִדן, האָבן טאַקע געלעבט נע־ונד, אָבער אויך געדענקט זייערע ייִדישע וואָרצלען, און תּפֿילה געטאָן, אַז זיי וועלן בשלום דערגרייכן זייער ציל. אַזוי איז טאַקע תּמיד געווען בײַ אַ סך ייִדישע קהילות: מע האָט זיך באַזעצט אויף איין אָרט, געבויט הײַזער, אָבער שפּעטער אַנטלאָפֿן צו אַ נײַ אָרט, און געשאַפֿן אַ נײַעם ייִשובֿ.
די בוכאַרער ייִדן האָבן טאַקע פֿאַרלאָזט זייער גאָר אַלטן ייִשובֿ, אָבער ווי מיר, ייִדן, פֿאַרשטייען גוט, ווערט אַ היים נישט תּמיד באַשטימט לויט קאָנקרעטע געאָגראַפֿישע גרענעצן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.