לגבי שפּראַכן האָט די גלאָבאַליזאַציע געבראַכט צוויי אַנטקעגנדיקע טענדענצן: פֿון איין זײַט, ווערט איבער הויפּט אַלץ מער פֿאַרשפּרייט די וועלטשפּראַך ענגליש, וואָס פֿאַרבינדט מענטשן פֿון די טויזנטער פֿאַרשיידענע קולטורן, וואָס אָן איר וואָלטן זיי זיך ניט געקענט צונויפֿרעדן; און פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן די נײַע קאָמוניקאַציע־מיטלען און דאָס שטענדיקע אַרומפֿאָרן אַ סך פֿאַרגרינגערט דעם פּראָצעס פֿון לערנען זיך אַנדערע שפּראַכן. ווער עס וויל קען הײַנט גרינג רעדן מיט מענטשן פֿון ווײַטע מקומות און קוקן ווידעאָס אויף שפּראַכן, וואָס פֿריִער האָט ער גאָר ניט געוווּסט, אַז זיי עקסיסטירן אַפֿילו. עס האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַער פֿענאָמען: דער “היפּער־פּאָליגלאָט”, אַזעלכע מענטשן וואָס רעדן ניט נאָר 2־3 שפּראַכן, ווי ס׳איז אָנגענומען אין ס’רובֿ לענדער, מחוץ דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט, נאָר 10 אָדער 20 שפּראַכן, אַ מאָל איבער 50.
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז די צאָל פֿון אַזעלכע בעלי־לשונות איז ניט אַזאַ גרויסע. נאָר יחידי־סגולה האָבן סײַ דעם טאַלאַנט, סײַ דאָס זיצפֿלייש, וואָס זײַנען נייטיק דערצו. אַפֿילו די בעסטע קענער דאַרפֿן דאָך לערנען מיט התמדה אַ סך שעהען יעדן טאָג, כּדי זיך אויסצולערנען אַזוי פֿיל שפּראַכן; דער חילוק איז נאָר, וואָס זיי האָבן דווקא ליב אַזאַ מין קאָפּאַרבעט. איך ווייס עס ניט פֿון מײַן פּערזענלעכער דערפֿאַרונג, נאָר ווײַל איך וווין שוין עטלעכע יאָר מיט אַן אמתן היפּער־פּאָליגלאָט.
מײַן מיטוווינער, יאַנקל־פּרץ בלום, איז אַ שפּראַך־אינסטיטוט פֿאַר זיך אַליין. ווען איך האָב זיך באַקענט מיט אים צום ערשטן מאָל מיט אַ 9 יאָר צוריק, האָט ער געקענט “נאָר” ענגליש, העברעיִש, פּאָרטוגעזיש, און ייִדיש. אָבער זינט דעמאָלט זײַנען נאָך צוגעקומען אונגעריש, רוסיש, פּויליש, פֿראַנצייזיש, שפּאַניש (און לאַדינאָ), דײַטש, און אויך דאָס אַמעריקאַנער שטום־לשון (ALS), ד”ה רעדן מיט די הענט. דאָס זײַנען בלויז די שפּראַכן וואָס ער רעדט מער־ווייניקער פֿליסיק, עס זײַנען נאָך דאָ אַנדערע, וואָס ער לערנט זיך (טשעכיש, איטאַליעניש, שווייצערדײַטש, קאַנאַדער פֿראַנצייזיש אאַז”וו), אָבער קען נאָך ניט רעדן ווי געהעריק. מיט זיי וועט נאָך נעמען אַ ביסל צײַט.
ווי אַזוי האָט ער דאָס אַלץ באַוויזן? ערשטנס, האָט ער דאָך אַ ייִדישן קאָפּ און אַן אײַנגעבוירענע פֿעיִקייט. צווייטנס, פֿאַרנעמט ער זיך מיט שפּראַכן די גאַנצע צײַט: זעלטן זע איך אים אָן אַ בוך אין דער האַנט אָדער ער זאָל ניט הערן אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם, אָדער ניט קוקן אַ ווידעאָ אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך. דער עיקר, אָבער, ער רעדט כּסדר מיט פֿאַרשיידענע מענטשן, אָפֿט געסט פֿון פֿרעמדע לענדער, וואָס ער פֿאַרבעט זיי צו אונדז אין דער היים. אונדזער דירה איז געוואָרן אַ מין אַכסניא פֿאַר יונגע אייראָפּעיִשע טוריסטן, וועלכע צאָלן נאָר מיט זייערע שפּראַכן — דער בעסטער שׂכר פֿאַר אַ היפּער־פּאָליגלאָט, וואָס איז טײַערער פֿון געלט. עס קען זיך מאַכן, אַז עטלעכע מאָל אין איין וואָך קום איך אַהיים און געפֿין אויף אונדזער סאָפֿע אַ פּאָרפֿאָלק פֿון פֿראַנקרײַך אָדער אַ סטודענט פֿון פּוילן. איך קען זיי נאָר זאָגן bonjour אָדער dzień dobry, אָבער יאַנקל־פּרץ וועט שמועסן מיט זיי ביז שפּעט אין דער נאַכט. צום גליק, זײַנען דאָס שטענדיק וווילע חבֿרה, גאָר צופֿרידן צו זײַן אין ניו־יאָרק, אָפֿט צום ערשטן מאָל — און אויך, פֿאַרשטייט זיך, צו נעכטיקן בײַ אונדז בחינם.
פֿאַרן היפּער־פּאָליגלאָט איז ניו־יאָרק, אַוודאי, די אידעאַלע שטאָט, ווײַל עס קומען אַהער מענטשן פֿון דער גאַנצער וועלט. די שטאָט איז געבענטשט מיט גאַנצע געגנטן, וווּ מע רעדט שפּאַניש, רוסיש, פּויליש, פֿראַנצייזיש (קרעאָל), כינעזיש, ייִדיש און נאָך און נאָך. דאָ פֿילט זיך דער היפּער־פּאָליגלאָט אין דער היים, דאָ קען ער אָנהייבן פּלאַפּלען אויף וואָסער שפּראַך עס לאָזט זיך נאָר רעדן, און עמעצער וועט אים זיכער פֿאַרשטיין.
אָבער דאָס סאַמע בעסטע אָרט פֿאַר אים איז די נײַע אינסטיטוציע אין ניו־יאָרק: דער “פּאָליגלאָט־באַר”. אַזוי הייסט אַ גרופּע, וואָס טרעפֿט זיך איין מאָל אַ חודש אין אַן אמתן באַר אָדער רעסטאָראַן, וווּ עס קומען גאַנצע מחנות פּאָליגלאָטן, כּדי צו רעדן אויף זייערע פֿאַרשיידענע שפּראַכן. יעדער שרײַבט אויף אַ צעטל זײַן נאָמען און די שפּראַכן וואָס ער קען. (וואָס לענגער די רשימה, אַלץ חשובֿער דער מענטש.) מען עסט, מע טרינקט, מע חנדלט זיך, מע גייט אַריבער פֿון איין לשון אויף אַן אַנדערן, כּדי די שכנים זאָלן ניט פֿאַרשטיין — בקיצור, ס’איז לעבעדיק.
איך בין צוויי מאָל געווען מיט יאַנקל־פּרצן אויפֿן פּאָליגלאָט־באַר און קען עדות־זאָגן, אַז אַפֿילו דאָרט איז שווער צו געפֿינען אַ צווייטן פֿון זײַן מדרגה. אַן אויסנאַם איז דער גרויסער שטערן, וואָס מע האָט אים באַשריבן אין דעם “ניו־יאָרק טײַמס”: טימאָטי דאָנער, וואָס איז נאָר 17 יאָר אַלט, אָבער קען שוין 23 שפּראַכן. אַחוץ די געוויינטלעכע, וואָס ס׳איז ניט כּדאַי זיי אָנצורופֿן, רעדט ער אויך: טערקיש, קראָאַטיש, פֿאַרסי (איראַן), אינדאָנעזיש, אָדזשיבווע (אַן אינדיאַנער שבֿט), פּאַשטאָ (אַפֿגאַניסטאַן), האַוסאַ, סוואַהילי, וואָלאָף, און איסיקאָסאַ (אַפֿריקאַנער לשונות), ווי אויך העברעיִש און ייִדיש. נאָר אויף זײַן ייִדיש קען איך זאָגן מבֿינות, אַז ער דאַרף אין דעם נאָך אַרײַנלייגן אַ ביסל מער אַרבעט; אָבער אַזוי ווי ער האָט נאָך קיין מאָל ניט גענומען קיין איין ייִדיש־קלאַס און לערנט זיך נאָך אין מיטלשול, קען מען אים דערווײַל מוחל זײַן די טועתן.
דעם חשק צו לערנען זיך נײַע שפּראַכן איז געקומען פֿאַר דאָנערן נאָך דער בר־מיצווה. שוין קענענדיק אַ ביסל תּנ”ך, האָט זיך אים פֿאַרגלוסט אויך צו קענען רעדן עבֿרית, און ער האָט ווײַטער געלערנט מיט זײַן רעפּעטיטאָר. דערנאָך האָט זיך אים געלייגט אויפֿן שׂכל זיך צו לערנען אויך אַראַביש, און אַזוי איז ער כּסדר געשפּרונגען פֿון איין שפּראַך צו אַ צווייטער. מיט דעם פֿאַרנעמט ער זיך יעדע פֿרײַע מינוט, ביז צו 15 שעה אַ טאָג, און אַזוי וועט ער ווײַטער טאָן, זאָגט ער, כּל־זמן זײַן יונגער מוח קען נאָך אַזוי אײַנזאַפּן ווערטער.
ווי געזאָגט, אָבער, באַשטייט די גרויסע מערהייט אָנטיילנעמער אינעם פּאָליגלאָט־באַר ניט פֿון אַזעלכע וווּנדערקינדער ווי דאָנער. מיט מײַנע 2־3 שפּראַכן האָב איך ניט געדאַרפֿט זיך שעמען פֿאַר די אַנדערע, חלילה, ווײַל אין אַמעריקע איז אַפֿילו דאָס אַ גרויסע זעלטנקייט. איך האָב אַפֿילו געהאַט די געלעגנהייט צו כאַפּן אַ שמועס אויף דײַטש צום ערשטן מאָל פֿאַר 10 יאָר — מיט אַ פּאַלעסטינער מיידל. (נאָר אין ניו־יאָרק!) עס קומען אין פּאָליגלאָט־באַר אַ סך וואָס רעדן די גאַנצע צײַט ענגליש צווישן זיך, אַזוי ווי קיינער וואָלט זיי ניט געזאָגט דעם ציל פֿון דער טרעפֿונג. אַזוי איז דאָס אין אַמעריקע: אָדער גאָר, אָדער גאָרנישט. אָדער מע רעדט 20 שפּראַכן, אָדער — קוים־קוים איינע.
אינעם פּאָליגלאָט־באַר זעט מען זיך אָפֿט מיט אַלטע פֿרײַנד, כאָטש גאַנצע 350 מענטשן זײַנען מיטגלידער פֿון דער “פֿייסבוק”־גרופּע. דאָרט איז כּדאַי פֿאַר די “פֿאָרווערטס”־לייענער זיך צו פֿאַרשרײַבן, ווײַל עס קומען אויך ייִדיש־רעדער — יאַנקל־פּרץ און איך בתוכם:
https://www.facebook.com/polyglotbarnyc
און ווער עס וווינט אין פֿראַנקרײַך, קען קומען צום “טאַטן” פֿונעם ניו־יאָרקער פּאָליגלאָט־באַר, דעם פּאַריזער “פּאָליגלאָט־קלוב”. דעם 11טן מײַ פּראַוועט ער זײַן 10טן יוביליי מיט אַ גרויסן פֿעסטיוואַל אויף אַ שיף אויפֿן טײַך סען. עס וועט זײַן עסן, טרינקען, שמועסן, און טענץ. ווײַל מע ריכט זיך אויף איבער טויזנט געסט, איז וויכטיק זיך וואָס גיכער צו פֿאַרשרײַבן:
//polyglotclub.com/france/ile-de-france/paris/event/2866
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.