דער טעראָריסטישער אַקט אין באָסטאָן האָט, ווי יעדע געשעעניש פֿון אַזאַ מין, אינספּירירט די לײַט, בײַ וועלכע דער מוח אַרבעט נאָר אין דער ריכטונג פֿון „קאָנספּיראַציעס‟. איינע פֿון די ווילדע קאָנספּיראַציע-טעאָריעס „עפֿנט אונדז די אויגן‟ אויף אַזאַ קער אין דער איצטיקער געשיכטע: מע האָט עס געמאַכט בכּיוון פּונקט אין דער צײַט, ווען דער עולם וואָלט אַנדערש באַמערקט די אָנערקענונג פֿון קאָסאָוואָ מצד סערביע. די איבערגעהיצטע קעפּ, וואָס טראַכטן אויס אַזעלכע טעאָריעס, פֿאַרשטייען, אַ פּנים, ניט, אַז קאָסאָוואָ, סערביע, די געוועזענע יוגאָסלאַוויע בכלל — דאָס איז אַלץ אַ פֿאַראַיאָריקער שניי פֿאַר אַ דורכשניטלעכן מערבֿ-אייראָפּעיִשן צי, נאָך מער, אַמעריקאַנער תּושבֿ. איך בין זיכער, אַז ס‘רובֿ פֿון זיי האָבן קיין אַנונג ניט וועגן דער קאָסאָוואָ-סערבישער פּראָבלעם און וואָלטן, אַפֿילו אָן דעם אַקט אין באָסטאָן, ניט באַמערקט דעם פֿאַקט, אַז איוויצאַ דאַניטש, דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון סערביע, און כאַשים טאַטשי, דער פּרעזידענט פֿון קאָסאָוואָ, האָבן דעם 19טן אַפּריל אָפֿיציעל געמאָלדן, אַז די באַציִונגען צווישן זייערע מלוכות ווערן נאָרמאַליזירט.
אין דער אמתן, איז אַ שאָד, וואָס די דאָזיקע צונויפֿגערעדקייט איז אַדורך גאַנץ שטיל, ניט געוואָרן קיין סענסאַציע. די רייד גייט דאָך וועגן אַ שלום צווישן צוויי עטנישע טיילן פֿון יוגאָסלאַוויע (ז”ל), וואָס האָבן געפֿירט אַ בלוטיקע מלחמה, אין וועלכער עס האָט זיך אַרײַנגעמישט די מערבֿדיקע וועלט. רוסלאַנד האָט געפּרוּווט זיך אויך אַרײַנמישן, אויף דער זײַט פֿון דער סלאַוויש-פּראַוואָסלאַוונער סערביע, פֿאַרשטייט זיך, אָבער קיין פּעולה האָט עס ניט געהאַט. דער פֿאַרדראָס איז בײַ די רוסן פֿאַרבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג, ווײַל דעמאָלט, אין יאָר 1999, האָט מען, אין תּוך אַרײַן, אין גאַנצן איגנאָרירט רוסלאַנד, ווי דאָס איז געשען אויך שפּעטער, אינעם יאָר 2008, ווען מע האָט אויסגעמײַסטרעוועט די אומאָפּהענגיקע קאָסאָווער רעפּובליק, אָנערקענט דורך צענדליקער פֿירנדיקע און ניט שטאַרק פֿירנדיקע לענדער.
אַזוי צי אַזוי, אָבער דער מוסטער פֿון יוגאָסלאַוויע ווײַזט, אַז ווען מע דערלויבט אַ לאַנד, צונויפֿגעשטוקעוועט פֿון עטנישע טעריטאָריעס, צעפֿאַלן זיך אויף באַזונדערע מדינות און מדינהלעך, קומט אין לעצטן סך-הכּל אַ שלום, אַפֿילו אויב דער וועג צום שלום איז געלעגן דורך אַ בלוטיקן בירגערקריג. איך בין עטלעכע מאָל געווען אין דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע און געזען, ווי די רעשטלעך פֿון דעם קאָמוניסטישן לאַנד לעבן רויִק, פֿירן זייער באַלעבאַטישקייט, האָבן אייגענע קאָפּווייטיקן און, דער עיקר, שלאָגן זיך ניט. איך וויל ניט אידעאַליזירן דעם מצבֿ. עס וועלן מוזן דורכגיין לאַנגע יאָרן ביז די וווּנדן פֿון די בלוטיקע קאָנפֿליקטן וועלן זיך פֿאַרהיילן. אָבער מע זעט, אַז די פּראָבלעם איז פּרינציפּיעל געלייזט געוואָרן.
עס חידושט מיך, וואָס קיינער — כ‘האָב עס, לכל-הפּחות, דערווײַל ניט באַמערקט — פֿירט ניט דורך קיין פּאַראַלעל צווישן די קאָסאָוואָ-סערבישער (און בכלל יוגאָסלאַווישער) דערפֿאַרונג און דעם איצטיקן מצבֿ אין סיריע. ס‘איז דאָך קלאָר, אַז דער קאָנפֿליקט דאָרטן איז, דער עיקר, ניט צווישן קעמפֿער פֿאַר דעמאָקראַטיע און דעם אויטאָריטאַרישן רעזשים; דאָס איז אַ קאָנפֿליקט, אין וועלכן עטנישע און רעליגיעזע אָנגעהעריקייט שפּילט די צענטראַלע ראָלע. מיר האָבן שוין געזען, וואָס עס קומט פֿאָר אין אַזאַ לאַנד, ווען די „דעמאָקראַטיע‟ געווינט — די מלחמה גייט אָן ווײַטער, מיטן אונטערשייד, אַז די געוועזענע באַלעבאַטים שלאָגן זיך מיט די נײַע באַלעבאַטים. מע זעט ניט קיין סוף פֿון אַזעלכע קאָנפֿליקטן אין איראַק, אַפֿגאַניסטאַן, ליביע און לבֿנון. אַ סבֿרא, אַז ס‘וועט צו דעם נישט קומען קיין סוף, כּל-זמן עס צעפֿאַלן זיך ניט אויף עטניש-רעליגיעזע שטיקלעך די לענדער, וווּ די קאָנפֿליקטן קומען פֿאָר.
צי פֿאַרשטייען עס ניט די לײַט פֿון די הויכע פֿענצטער? ס‘איז שווער צו גלייבן אין דעם. אָבער עפּעס שטעלט זיי אָפּ פֿון דורכפֿירן נײַע גרענעצן. די אַמעריקאַנער — און אַנדערע אָנטיילנעמער — האָבן עס, בלי-ספֿק, געקענט רעאַליזירן אין איראַק, צעטיילן עס, אַ שטייגער, אויף קורדיסטאַן, אַ שיִיִט-סטאַן און סוניט-סטאַן. דאָס וואָלט אַרײַנגענומען מיגראַציע פֿון דער באַפֿעלקערונג, אָבער דאָס וואָלט אויך געראַטעוועט אַ סך טויזנטער מענטשלעכע לעבנס און געפֿירט צו עפּעס אַ סטראַטעגישן, ניט קיין טאַקטישן, שלום. צעברעקלען קען מען אויך אַפֿגאַניסטאַן. אַזאַ צעטיילונג וואָלט אַוודאי אויך געפֿירט צו נײַע קאָנפֿליקטן, צווישן די נײַע מדינות. אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער קרענק, פֿאַר וועלכער מע קען, סוף-כּל-סוף, געפֿונען אַ רפֿואה.
וואָס זשע שטערט די מלוכה-לײַט צו גיין אויף דעם דאָזיקן וועג? די אידעע, אַז דעמאָקראַטיע קען לייזן אַלע פּראָבלעמען? דער פֿאַקט, וואָס אַמעריקע איז אַנדערש, ניט עטניש-טעריטאָריעל געמאַכט (כאָטש די צפֿון-דרום צעטיילונג אַנטפּלעקט זיך גאַנץ אָפֿט) און, ווי אַ פּועל-יוצא, זײַנען די אַמעריקאַנער פּאָליטיקער און אידעאָלאָגן פֿון אַן אַנדער טייג געקנאָטן? אַזוי צי אַזוי, באַקומט זיך פֿון דעם עפּעס אַ „זאַמד‟-פּאָליטיק: מע קומט אין אַ לאַנד, מע בויט עפּעס פֿון זאַמד (און פֿון בלוט פֿון אַמעריקאַנער מיליטערלײַט), און ווען מע גייט אַוועק, צעוואַלגערט זיך גלײַך די זאַמד-קאָנסטרוקציע. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז מיט סיריע וועט מען פֿון דעסטוועגן זײַן קליגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.