ירושלים. — טויזנטער חרדישע יונגע-לײַט האָבן זיך פֿאַרזאַמלט בײַם כּותל-המערבֿי פֿרײַטיק, דעם 10טן מײַ, כּדי צו פּראָטעסטירן קעגן דער פֿרויען-גרופּע „נשות-הכּותל‟, וועלכע קומען צו דאַוונען בײַם כּותל יעדן ראָש-חודש.
אַ גרויסער טייל פֿון דער פּראָטעסטירנדיקער יוגנט זענען געווען ישיבֿה-בחורים. דער המון האָט אָנגעפֿילט דעם פּלאַץ בײַם כּותל-המערבֿי 6:40 אַזייגער אין דער פֿרי — מיט צוואָנציק מינוט פֿאַר די פּלאַנירטע תּפֿילות פֿון דער פֿרויען-גרופּע. צוליב דעם, וואָס חרדישע פֿרויען האָבן צו דעם מאָמענט שוין פֿאַרפּאַקט די עזרת-נשים, האָבן די „נשות-הכּותל‟ געמוזט זיך אַוועקרוקן ווײַטער פֿון דער וואַנט.
ווען די פֿרויען האָבן אָנגעהויבן דאַוונען, האָבן די חרדישע יונגע-לײַט אָנגעהויבן שרײַען, בפֿרט ווען איין פֿרוי, אָנגעטאָן אין אַ טלית, האָט געפּרוּווט זיך דורכצורוקן צווישן די מענער. צוויי פּאָליציאַנטן האָבן זי באַגלייט; די פּאָליציי האָט צוריקגעהאַלטן די דעמאָנסטראַנטן.
מיט עטלעכע חדשים צוריק איז דער מצבֿ געווען אַ היפּוכדיקער. די פּאָליציי פֿלעגט אַרעסטירן די פֿרויען אין טליתים פֿאַר דעם, וואָס זיי האָבן נישט געטאָרט על-פּי געזעץ ברעכן דעם „מינהג-המקום‟. אין אַפּריל, האָט דאָס ירושלימער קרײַז-געריכט באַשלאָסן, אַז די פֿרויען ברעכן נישט קיין געזעצן; אַדרבה, די פּאָליציאַנטן מוזן זיי באַשיצן.
דאָנערשטיק, מיט אַ טאָג פֿריִער, האָט הרבֿ אַהרן-לייב שטיינמאַן, אַ באַקאַנטער חרדישער פֿירער, גערופֿן די ישיבֿה-בחורים צו פּראָטעסטירן קעגן דער פֿרויען-גרופּע. זעלטן — אפֿשר, קיינמאָל נישט פֿריִער, האָבן די פֿרויען-תּפֿילות אַרויסגערופֿן אַזאַ מאַסן-פּראָטעסט. פּיניע, אַ 17־יאָריקער בחור פֿון ירושלים, האָט אָנגערופֿן די פֿרויען „גויים, וועלכע פֿאַרשטעלן זיך פֿאַר ייִדן‟, און געמאָלדן, אַז „זיי פֿאַרקריפּלען די תּורה און ווילן, אַז אַנדערע זאָלן זיי נאָכמאַכן‟.
אַחוץ שרײַערײַען, האָבן די דעמאָנסטראַנטן אָנגעווענדט אַ פֿיזישן כּוח. עטלעכע מאָל האָבן זיי געפּרוּווט אַוועקצושטויסן די פּאָליציי און דורכרײַסן די באַריקאַדע. דערנאָך, האָבן זיי באַגאָסן די פּאָליציאַנטן, זשורנאַליסטן, די דאַוונדיקע פֿרויען און צופֿעליקע פֿאַרבײַגייער מיט וואַסער און קאַווע. איינער האָט געוואָרפֿן אַ בענקל.
די פֿרויען-גרופּע האָט געפּרוּווט איבערצוזינגען דעם שרײַענדיקן המון. צום ערשטן מאָל, לכל-הפּחות אין די לעצטע חדשים, האָט אַ גרופּע מענטשן געדאַוונט בײַם כּותל אָן אַ מחיצה צווישן מענער און פֿרויען.
ברכה, אַ 66־יאָריקע פֿרוי, וועלכע האָט זיך באַטייליקט אין דער תּפֿילה, האָט באַמערקט, אַז דער כּותל-המערבֿי דאַרף זײַן אַן אָפֿן אָרט פֿאַר אַלעמען. „ס׳איז אַ בושה, אַז געוויסע מענטשן שטערן די אַנדערע בלויז צוליב דעם, וואָס זיי ווילן דאַוונען‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.