קראָקע, פּוילן. — אַ נײַער מוזיקאַלישער קלוב מיט אַ דיסקאָטעק, וועלכער האָט זיך געעפֿנט אינעם בנין פֿון אַ געוועזענעם בית-מדרש, האָט אַרויסגערופֿן אַ קאָנסטראָווערסיע אין דער שטאָט. דער קלוב, וועלכער טראָגט דעם נאָמען „מעסקאַל‟, נאָכן באַקאַנטן מעקסיקאַנער אַלקאָהאָלישן געטראַנק, האָט זיך געעפֿנט שבת אויף דער נאַכט, דעם 11טן מײַ, אינעם סאַמע צענטער פֿונעם געוועזענעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון קראָקע — קוזמיר (אויף פּויליש — קאַזימיעזש).
אויף דעם אָרט, אינעם 19טן יאָרהונדערט האָט זיך געפֿונען דער בית-מדרש „חבֿרה תּהילים‟. דער אַלטער בנין, אויפֿגעשטעלט אינעם יאָר 1896, איז מיט מער ווי צען יאָר צוריק רעסטאַוורירט געוואָרן דורך דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, וועלכע האָט איצט באַשלאָסן צו פֿאַרדינגען די געוועזענע שיל די אייגנטימער פֿונעם קלוב. במשך פֿון יאָרן, איז דער בנין געשטאַנען ליידיק און פֿאַרלאָזט, הגם אינעם יאָר 2008 האָט מען דאָרטן אַנטדעקט היסטאָרישע וואַנט-געמעלן.
דער מוזיקאַלישער קלוב „מעסקאַל‟ פֿאַרנעמט די ערשטע צוויי שטאָקן פֿונעם בנין. אויפֿן אָרט, וווּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען דער אָרון-קודש, האָט מען געעפֿנט אַ באַר. אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער עפֿענונג-צערעמאָניע זעט מען די אַלטע שיל-פֿרעסקעס הינטער די רייען פֿון משקה-פֿלעשער.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ צוגעצויגן דעם אויפֿמערק צו דער טראַנספֿאָרמאַציע פֿונעם געוועזענעם בית-מדרש, און דערציילט, אַז אינעם קלוב „מעסקאַל‟ פּלאַנירט מען שפּילן האַרטע ראָק-מוזיק, טאַנצן די גאַנצע נאַכט און דורכפֿירן „אַגרעסיווע קאָנצערטן, אַפֿילו מיטן מעטאַל-ראָק‟. די צײַטונג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט בילדער פֿון דעם, ווי די אַרבעטער האָבן אַרײַנגעשטעלט דעם דערמאָנטן באַר.
לויט דעם „פֿייסבוק-זײַטל‟ פֿונעם קלוב „מעסקאַל‟, וועט עס זײַן אָפֿן שבת און זונטיק די גאַנצע נאַכט, ביז 8 אַזייגער אינדערפֿרי. דאָס וועבזײַטל דערקלערט, אַז פּונקט אַזוי ווי מעסקאַל, די מעקסיקאַנער משקה, „האָט אַ קאָנטראָווערסאַלן אויסזען, גערוך און טעם, וועלן מיר אײַך כּסדר פֿאַרחידושן און דורכנעמען אַלע אײַערער חושים‟.
די דאָזיקע מעלדונג האָט טאַקע אַרויסגערופֿן אַ קאָנטראָווערסיע. אַ ספּעציעל זײַטן איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן „פֿייסבוק‟, כּדי צו פּראָטעסטירן קעגן דעם נײַעם קלוב. די קאָמענטאַטאָרן האָבן עס אָנגערופֿן אַ „סקאַנדאַל‟. פֿרײַטיק, אַ טאָג איידער „מעסקאַל‟ האָט זיך געעפֿנט, האָט דער בריטישער ייִדישער פּראָפֿעסאָר יונתן וועבער, וועלכער פֿירט לעקציעס אינעם קראָקער „יאַגעלאָנער אוניווערסיטעט‟, אָנגעשריבן אַן אָפֿענעם בריוו צו דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער רעליגיעזער קהילה אין קראָקע, צום פּוילישן הויפּט-רבֿ און צו די ייִדישע מעדיאַ-קוואַלן, באַשרײַבנדיק די „שוידערלעכע‟ סיטואַציע.
דער פּראָפֿעסאָר האָט אויסגעדריקט זײַן „שאָק‟ פֿון דעם, וואָס די שטאָטישע ייִדישע קהילה, וועלכע טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן פֿאַרהיטן פֿון די היסטאָרישע און קולטורעלע ירושה פֿון די קראָקער ייִדן, האָט באַשלאָסן צו פֿאַרדינגען די שיל פֿאַר אַזאַ מין אונטערנעמונג. אין זײַן בריוו, האָט וועבער געפֿרעגט: „ווי אַזוי קאָנען מיר בעטן די פּוילישע רעגירונג און די פּאָליאַקן צו האָבן דרך-ארץ פֿאַר אונדזער ירושה, אויב מיר אַליין פֿירן זיך נישט אויף מיט אָפּשאַץ‟?
יונתן אָרנשטיין, דער אויספֿיר-דירעקטאָר פֿונעם קראָקער ייִדישן קהילה-צענטער, האָט געזאָגט, אַז ער האָט נישט געוווּסט פֿריִער, אַז די אייגנטימער פֿונעם קלוב קלײַבן זיך צו עפֿענען דאָרטן אַ דיסקאָטעק.
די פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה און די בעלי-הבתּים פֿון „מעסקאַל‟ האָבן אָפּגעוואָרפֿן די קריטישע באַמערקונגען און געמאָלדן, אַז מע האָט אָפּגעהיט ווי געהעריק אַלע היסטאָרישע עלעמענטן פֿון דער שיל. טאַדעוש יאַקובאָוויטש, דער קהילה-פּרעזידענט, האָט באַרעכטיקט דאָס פֿאַרוואַנדלען דעם בנין אין אַ קלוב און געזאָגט אין אַן אינטערוויו, אַז די קהילה האָט נישט געהאַט קיין מעגלעכקייט אונטערצוהאַלטן דעם שיל-בנין און נישט געפֿונען קיין אַנדערע פֿאַראינטערעסירטע מענטשן, וועלכע זאָלן עס דינגען. דער קהילה-פּרעזידענט האָט צוגעגעבן, אַז די בעלי-בתּים פֿונעם קלוב זענען ערנסטע מענטשן, וועלכע וועלן אָפּהיטן דאָס אָרט, ווי עס דאַרף צו זײַן. „טאָמער עס וועלן זיך אָנהייבן פּראָבלעמען — וועלן מיר פֿאַרענדיקן אונדזער קאָאָפּעראַציע מיט זיי‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.