אינעם פֿרילינג- און זומער-סעזאָן קומען פֿאָר אַ ריי קינאָ-פֿעסטיוואַלן פֿון ייִדישע פֿילמען אין פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער שטעט. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט זיך פֿאַרענדיקט דער ייִדישער קינאָ-פֿעסטיוואַל אין באָסטאָן און אין יוני הייבט זיך אָן דער פֿעסטיוואַל אין לאָס-אַנדזשעלעס. ווייניק מענטשן ווייסן אָבער וועגן דעם סאָוועטישן ייִדישן קינאָ. דעם 11טן מײַ האָט דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿון בנימין עבֿרי, וואָס דערציילט וועגן אַ נײַ בוך אויף פֿראַנצויזיש, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם דאָזיקן ווייניק באַקאַנטן קולטור-פֿענאָמען.
אינעם נײַעם בוך „קינאָ-יודאַיִקאַ: רעפּרעזענטאַציעס פֿון ייִדן אינעם רוסישן און סאָוועטישן קינאָ פֿון די 1910ער ביז די 1980ער יאָרן‟, צונויפֿגעשטעלט דורך די געשיכטע-פֿאָרשערינס וואַלערי פּאָזנער און נאַטאַשאַ לאָרען, ווערט דערציילט, ווי אַזוי מע האָט געשילדערט ייִדן אין די רוסישע פֿילמען — פֿון די סאַמע פֿריִיִקע וויגל-יאָרן, ווען מע האָט ערשט דערפֿונדן קינעמאַטאָגראַפֿיע, כּמעט ביזן סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. דער נײַער פֿילם איז אַ רעזולטאַט פֿון אַן אויסגעצייכנטער סיסטעמאַטישער פֿאָרש-אַרבעט.
לעצטנס, האָבן אַ ריי רוסישע רעזשיסאָרן געשאַפֿן פֿילמען וועגן ייִדן. למשל, דמיטרי פּאָוואָלאָצקי דערציילט אין זײַן דראַמאַטישן פֿילם „מײַן טאַטע איז באַרישניקאָוו‟ וועגן אַ ייִדישן יונגערמאַן מיטן נאָמען באָריאַ פֿישקין, וועלכער וווינט אין מאָסקווע, אין די „פּערעסטרויקע‟-יאָרן, און געפֿינט פּלוצעם אויס, אַז זײַן טאַטע — אַזוי טראַכט ער — איז דער באַרימטער טענצער און באַלעט-מײַסטער מיכאַיִל באַרישניקאָוו, וועלכער איז אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע אינעם יאָר 1974. באַלד ווערט דער „זון‟ פֿונעם באַרימטן אַרטיסט אַן אָרטיקער „שטערן‟. אין דער אמתן, ווי דער העלד פֿונעם פֿילם דערוויסט זיך, איז זײַן טאַטע געזעסן אין טורמע — דערפֿאַר האָט זײַן מאַמע נישט געוואָלט אים גאָרנישט דערציילט וועגן זײַן פֿאָטער.
פּאָוואָלאָצקיס פֿילם איז אַרויס אינעם יאָר 2011. אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע הײַנטצײַטיקע פֿילמען, דערציילן פּאָזנער און לאָרען אין זייער „קינאָ-יודאַיִקאַ‟ וועגן אַ פֿריִערדיקן פּעריאָד. דאָס בוך איז באַגרינדעט אויף דעם ספּעציעלן פֿעסטיוואַל „קינאָ-יודאַיִקאַ‟, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אין טולוז, פֿראַנקרײַך, אינעם יאָר 2009, וווּ מע האָט געוויזן אַ סעריע רוסישע פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס. שפּעטער, האָט מען געוויזן די זעלבע פֿילם-סעריע אין באָלאָניע, בריסל, לאָזאַן און פּאַריז.
די דאָזיקע פֿילם-סעריעס האָט אַרומגענומען אַ לאַנגע תּקופֿה, פֿונעם פֿילם „דאָס ייִדישע לעבן אין פּאַלעסטינע‟, געשאַפֿן דורך נח סאָקאָלאָווסקי אינעם יאָר 1913, ביזן פֿילם „לשם די לעבעדיקע‟ — אַ סאָוועטישע קינאָ-לענטע פֿונעם יאָר 1964 וועגן וועגן דער צווייטער וועלט-מלחמה, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם ייִדישן חורבן.
די מחברים פֿונעם בוך, אַרויסגעגעבן פֿונעם פֿאַרלאַג „Nouveau Monde‟, פֿאַרברייטערן דעם ספּערקטער פֿון די פֿילמען און דערציילן וועגן דער לאַנגער געשיכטע פֿון ייִדישע רעפּרעזענטאַציעס אין קינעמאַטאָגראַפֿיע. נאָך אינעם יאָר 1898, מיט איבער 100 יאָר צוריק, האָט אַ פֿראַנצויזישער קינאָ-אָפּעראַטאָר געמאַכט אַ שטומען פֿילם וועגן דעם דרײַפֿוס-ענין, נאָך אַ בקשה פֿון די זשיטאָמירער ייִדן. זײַענדיק פֿאַרקלעמט אינעם תּחום-המושבֿ, האָבן אַ טייל ייִדן אין אוקראַיִנישע שטעטלעך געהאַט די איינציקע מעגלעכקייט צו געבן אַ קוק אויף דער דרויסנדיקער וועלט — דורך קינאָ-פֿילמען.
אָנהייב דעם 20סטן יאָרהונדערט, ווי פּאָזנער דערציילט, האָבן זיך אין רוסלאַנד פֿאַרשפּרייט אַ צאָל ייִדישע פֿילמען אויף תּנ״כישע טעמעס. אינעם יאָר 1911 איז אַרויס דער פֿילם „לחיים‟ — אַ ראָמאַנטישע מעשׂה וועגן אַ ייִדיש מיידל, וועלכע איז געווען אומצופֿרידן מיט איר אויפֿגעצוווּנגענעם שידוך, און איז אַנטלאָפֿן צו איר געליבטן אָרעמאַן, וואָס איז שוין געוואָרן אַ שיכּור.
נאָך דער רעוואָלוציע זענען אַרויס ייִדישע פֿילמען פֿון אַן אַנדער מין — צוערשט, מיט אַ שטאַרקן רעוואָלוציאָנערן מאָטיוו פֿון אינטערנאַציאָנאַליזם. דערנאָך זענען געוואָרן פּאָפּולער עקראַניזאַציעס פֿון שלום-עליכמען. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די ייִדישע טעמע איז נישט געווען צו פֿאַרשפּרייט אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, זענען כּסדר געוויזן געוואָרן ייִדן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, אַפֿילו אין די פֿינצטערסטע יאָרן פֿון סטאַלינס רעזשים.
וואַלערי פּאָזנער איז אַ מיטאַרבעטערין פֿונעם פֿראַנצויזישן נאַציאָנאַלן צענטער פֿון וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען. נאַטאַשאַ לאָרען איז אַ פֿאָרשערין פֿונעם טולוזער אוניווערסיטעט. בייידע רעדאַקטאָרינס פֿונעם בוך ספּעציאַליזירן זיך אינעם רוסישן און סאָוועטישן קינאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.