ירושלים. דער ישׂראלדיקער קאַבינעט האָט גוטגעהייסן דעם מלוכישן בודזשעט אויף די יאָרן 2013־2014. 21 מיניסטאָרן האָבן געשטימט פֿאַרן נײַעם פּלאַן; דער איינציקער, וואָס האָט געשטימט קעגן, איז געווען עמיר פּרץ — דער מיניסטער פֿון סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג. לויטן פּלאַן, וועט מען הײַיאָר פֿאַרקירצן אויף 2 פּראָצענט דעם שטאַט אין ס׳רובֿ מיניסטעריומס, און אין אַ יאָר אַרום — נאָך אויף דרײַ פּראָצענט. פֿונעם קומענדיקן יאָר פּלאַנירט מען צו העכערן די הכנסה-שטײַערן אויף 1.5 פּראָצענט. דער שטײַער פֿאַר פּראָדוקציע-ווערט וועט שטײַגן פֿון 17 ביז 18 פּראָצענט. די הוצאות אויף שוץ-צוועקן האָט מען געשניטן אויף 3 מיליאַרד שקל. ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם בודזשעט-פּלאַן, האָפֿט די ישׂראלדיקע מלוכה אָפּצושפּאָרן 6.5 מיליאַרד שקל אינעם איצטיקן יאָר, און 18 מיליאַרד — אינעם קומענדיקן.
חיפֿה. דרײַ אויטאָס זענען פֿאַרברענט געוואָרן מאָנטיק בײַנאַכט אין וואַדי-אַראַ, אַן אַראַבישע געגנט לעבן חיפֿה, דורך אַ ישׂרארלדיקער עקסטרעם-רעכטער גרופּע. די וואַנדאַלן האָבן איבערגעלאָזט אויפֿשריפֿטן, וואָס ווײַזן, אַז זיי האָבן געמיינט נקמה צו נעמען פֿאַרן טויט פֿון אַביתר באָראָווסקי, וועלכער איז דערשטאָכן געוואָרן דורך אַן אַראַבער לעבן דעם ייִשובֿ כּפֿר-תּפּוח אויפֿן מערבֿ־ברעג. אַלי קאַבאַ, דער קאָמיטעט-פֿאָרזיצער פֿונעם דאָרף, וווּ די אויטאָס זענען פֿאַרברענט געוואָרן, האָט באַטאָנט, אַז צום ערשטן מאָל האָט זײַן דאָרף געליטן פֿון אַזאַ נאַציאָנאַליסטישן אינצידענט.
פֿאַראייניקטע שטאַטן. די נײַעס-אַגענטור „איי-פּי‟ האָט דינסטיק זיך געווענדט צום יוסטיץ-דעפּאַרמענט מיט אַ טענה, אַז די אַמעריקאַנער זיכערהייט-דינסטן הערן אונטער די טעלעפֿאָן-געשפּרעכן פֿון זשורנאַליסטן. במשך פֿון צוויי חדשים, האָט די פֿעדעראַלע פּראָקוראַטור געפֿירט אַ געהיימען אויפֿזיכט איבער מער ווי צוואָנציק טעלעפֿאָן-ליניעס פֿון דער נײַעס-אַגענטור, כּלומרשט, כּדי צו באַקומען אַ ידיעה וועגן אַ טעראָריסטישן פּלאַן אין תּימן. אַ צאָל געזעצגעבער פֿון ביידע פּאַרטייען האָבן שאַרף קריטיקירט די טעטיקייט פֿונעם יוסטיץ-דעפּאַרטמענט. דער ספּיקער פֿונעם רעפּרעזענטאַנטן-הויז, דזשאָן בענער, האָט געפֿאָדערט אַן ענטפֿער פֿון די זיכערהייט-דינסטן; דער פֿאָרזיצער פֿונעם יוסטיץ-קאָמיטעט בײַם סענאַט, פּאַטריק ליהי, האָט געמאָלדן, אַז די מעשׂה איז „זייער אַ סתּירותדיקע‟.
רוסלאַנד. דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, און דער ישׂראלדיקער פּרעמיער, בנימין נתניהו, האָבן אָנגעהויבן צוויי-זײַטיקע פֿאַרהאַנדלונגען — דער עיקר, וועגן דעם מצבֿ אין סיריע און אינעם מיטל-מיזרח בכלל. נתניהו האָט באַגריסט פּוטינען אויף רוסיש, באַמערקט, אַז ער לערנט די רוסישע שפּראַך, און פֿאַרבעטן דעם פּרעזידענט פֿון רוסלאַנד צו באַזוכן אילת. ביידע שטעט, אילת און סאָטשי, וווּ עס קומען פֿאָר די איצטיקע פֿאַרהאַנדלונגען, זענען באַקאַנטע ים-קוראָרטן.
סיריע. אַראַבישע אינפֿאָרמאַציע-קוואַלן האָבן איבערגעגעבן, אויפֿן סמך פֿון סירישע מיליטערישע אינסטאַנצן, אַז סיריע האָט שוין באַקומען 200 ראַקעטן פֿאַר די זעניט-קאָמפּלעקסן „C-300‟, געקויפֿט פֿון מאָסקווע מיט צוויי יאָר צוריק, ווען אין סיריע איז אויסגעבראָכן דער באַוואָפֿנטער קאָנפֿליקט. דער דערמאָנטער שוץ-קאָמפּלעקס קאָן גרייכן צילן אינעם ראַדיוס פֿון 100 קילאָמעטער. ער קאָן נאָכפֿאָלגן ביז הונדערט אָביעקטן מיטאַמאָל און באַשיסן ביז 12 פֿון זיי. די דאָזיקע סיסטעם איז אויסגעאַרבעט געוואָרן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד אין די 1970ער יאָרן. די ישׂראלדיקע רעגירונג איז פֿאַרזאָרגט, אַז אַזעלכע ראַקעטן־קאָמפּלעקסן קאָנען פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ סכּנותדיק געווער, אויב זיי פֿאַלן אַרײַן אין די הענט פֿון טעראָריסטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.