מיט יאָרן צוריק איז אין אָקספֿאָרד יעדן זומער געווען אַ ייִדישע פּראָגראַם און, ווי עס פֿירט זיך מיט אַזעלכע פּראָגראַמען, זײַנען די לערער געווען סײַ היגע, סײַ פֿון אַנדערע ערטער. זייער פּאָפּולער איז געווען פּסח פֿישמאַן ז”ל, וואָס פֿלעגט קומען פֿון ניו-יאָרק. מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט, ווי ער האָט זיך געקלאָגט אויף איינעם אַ סטודענט: „ער דערגייט מיר די יאָרן מיט ווערטער. איך לערן זיי די שפּראַך, און ער דרייט מיר דעם קאָפּ מיט באַזונדערע ווערטער.‟ אין דער אמתן, איז יענער סטודענט דערנאָך געוואָרן אַ פֿעיִקער שפּראַכקענער. פֿישמאַנס פֿאַרדראָס שפּיגלט אָפּ, ווי אַנדערש קוקן מענטשן אויף דער שפּראַך און טעקסטן.
איך ווייס עס אויך פֿון מײַן אייגענער באַשיידענער דערפֿאַרונג. מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק האָב איך אויסגעפֿאַרטיקט אַ קורץ ייִדיש-רוסיש ווערטערבוך, וואָס איז אַרויס ווי אַ בײַלאַגע צום מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. אויסגערעכנט איז עס געווען אויף די מענטשן, וואָס האָבן געלייענט די צײַטשריפֿט און, בכלל, סאָוועטישע ייִדישע פּובליקאַציעס. בײַם אַרבעטן איבערן ווערטערבוך האָב איך דערפֿילט פּראָבלעמען מיט לייענען ליטעראַטור — דער אינהאַלט איז געוואָרן ווייניקער וויכטיק, איידער די ווערטער. דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז איך טויג זיך אויס זייער שלעכט צו אַזעלכע זאַכן ווי לעקסיקאָגראַפֿיע, ענימאָלאָגיע וכ‘. מיך אינטערעסירן מער מענטשן און געשעענישן. אָבער פֿון יענער קורצער דערפֿאַרונג האָב איך אַרויסגעטראָגן גרויס דרך-ארץ צו די לײַט, וואָס אַרבעטן מיט ווערטער.
דמיטרי טישטשענקאָ, אַן אַמאָליקער אָדעסער תּושבֿ וואָס וווינט הײַנט אין דײַטשלאַנד, איז אַ „מענטש פֿון ווערטער‟ par excellence. לאַנגע יאָרן האָט ער געאַרבעט איבער אַ ווערטערבוך, וואָס איז לעצטנס אַרויס אין קיִעוו אונטערן טיטל „ייִדיש-רוסישער ווערטערבוך‟. אַריבער 900 זײַטלעך פֿונעם באַנד טראָגן פּרטימדיקע, בתוכם פֿראַזעאָלאָגישע, אינפֿאָרמאַציע וועגן בערך 30,000 ווערטער. דאָס איז באמת אַ גוואַלדיק וויכטיקער, ממש העראָיִשער אויפֿטו.
איך וועל ניט מאַכן קיין אָנשטעל, אַז כ‘האָב איבערגעלייענט דאָס ווערטערבוך. אין דער אמתן, האָב איך עס נאָר אַ בלעטער געטאָן. און — נאָך אַ מאָל — זעט מען גלײַך די ריזיקע אַרבעט, וואָס אין דעם ווערק איז אַרײַנגעלייגט געוואָרן. אַ נודניק וועט בלי-ספֿק געפֿינען ערגעץ אַן איבערזעצונג, וועלכע האָט געקענט זײַן פּינקטלעכער, צי אַ וואָרט, וואָס דער מחבר האָט בכּיוון צי צופֿעליק דורכגעלאָזט. למשל, „פּאָליטיש קאָרעקטע‟ וועלן אַרויסכאַפּן, אַז דאָס וואָרט „באָלבען‟ ווערט פֿאַרטײַטשט ווי אַן אויפֿן פֿון רעדן, וואָס איז כאַראַקטעריש פֿאַר קינדער און פֿרויען (מאַנצבלען „באָלבען‟ ניט?). אָבער קיין אידעאַלע ווערטערביכער זײַנען ניטאָ. און וואָס איז דאָס, בכלל, אַזוינס — אַן אידעאַל ווערטערבוך?
מיך האָט אין אָט דעם בוך פֿאַראינטערעסירט די פֿראַגע פֿון זײַן „אידענטיטעט‟. אויף וואָס פֿאַר אַ סבֿיבֿה איז עס אויסגערעכטן? וואָס פֿאַר אַ ליטעראַטור וועט עס העלפֿן צו לייענען?
אין זײַן הקדמה (דאַטירט דעם 24סטן סעפּטעמבער 2009 — אַ באַווײַז, אַ פּנים, ווי לאַנג האָט עס געדויערט צו געפֿינען אַ פֿאַרלעגער) שרײַבט דמיטרי טישטשענקאָ: „זוכנדיק ווערטער און שפּראַך-דערשײַנונגען, וועלכע זײַנען ניט באַשריבן אין די פֿאַראַנענע ווערטערביכער, האָב איך איבערגעלייענט אַלע (באַטאָנט דורך טישטשענקאָ — ג.ע.) פּראָזע-ווערק פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל ׳סאָוועטיש-היממלאַנד׳ — ׳די ייִדישע גאַס׳ (ניט ווייניקער ווי 20,000 זײַטלעך)‟. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלץ איז אַרײַן. דער מחבר איז געווען קריטיש. אָבער ניט דאָס בין איך אויס. דער עיקר איז, אַז לעקסיש איז עס, אין אַ גרויסער מאָס, אַן אַרבעט איבער דער סאָוועטיש-ייִדישער שפּראַך. און אַפֿילו דער טיטל ווײַזט עס — „ייִדיש-רוסישער ווערטערבוך‟, בעת מחוץ רוסלאַנד וואָלט עס אויסגעזען אַנדערש, דהײַנו: „ייִדיש-רוסיש ווערטערבוך‟.
און דאָ שטויסן מיר זיך אָן אין אַ פּאַראַדאָקס. די זאַך איז, אַז דאָס דאָזיקע ווערטערבוך נוצט דעם ייִוואָ-אויסלייג. הייסט עס, אַז ס‘איז שלעכט צוגעפּאַסט דווקא פֿאַרן לייענען סאָוועטישע פּובליקאַציעס. אַן אָנהייבער וועט אין אים ניט אויסזוכן דעם באַטײַט פֿון אַזעלכע סאָוועטיש-אויסגעלייגטע העברעיִש-שטאַמיקע ווערטער, ווי „עמעס‟ (אמת), „לאָשן‟ (לשון) און „מייע‟ (מאה). מע וועט האָבן אויך שוועריקײטן מיט „ארופגיין‟ (אַרויפֿגיין) און אַ היפּש ביסל ענלעכע ווערטער. „שבתניק‟ איז נאָר אַ מין ליכטל, אָבער ניט קיין „שאַבעסניק‟, וואָס האָט געמוזט זיך טרעפֿן אין די איבערגעלייענטע 20 טויזנט זײַטלעך ווי אַ טאָג, פֿרײַוויליק אָפּגעאַרבעט אום שבת. עס פֿעלן אויך אַנדערע פֿאַרשפּרייטע סאָוועטיזמען.
הקיצור, ס‘איז אַ ווערטערבוך, וואָס איז באַזירט, לכל-הפּחות טיילווײַז, אויף לייענען כּמה-וכּמה פּראָזאַיִשע סאָוועטישע זײַטלעך, אָבער אויסגערעכנט איז עס, אַ פּנים, אויף אַן עולם, וואָס קלײַבט זיך ניט צו לייענען די דאָזיקע פּראָזע-ווערק. מײַן פֿראַגע איז: אויב דער ציל איז געווען צו שאַפֿן אַ לינגוויסטישן אינסטרומענט פֿאַר לייענען ניט-סאָוועטישע ווערק, טאָ אפֿשר לאָגישער וואָלט געווען איבערצולייענען די זעלבע ריזיקע צאָל זײַטלעך פֿון, אַ שטייגער, „די גאָלדענע קייט‟? אַזוי צי אַזוי, זעט זיך מיר דאָ עפּעס אַ דורכפֿאַל אין לאָגיק, אָדער די „אומלאָגישקייט‟ שפּיגלט אָפּ די געשיכטע פֿון שאַפֿן דאָס ווערטערבוך: בײַם אָנהייב איז געווען איין ציל, אָבער דערנאָך (און די רייד גייט דאָך וועגן לאַנגע יאָרן האָרעוואַניע!) האָט זיך דער ציל געביטן.
דער סוף איז אַז עס האָט זיך באַקומען זייער אַ גוט ווערטערבוך פֿאַר דעם רוסיש-שפּראַכיקן לייענער פֿון “פֿאָרווערטס”. בפֿרט נאָך, אַז די צײַטונג האָט אַ צאָל מחברים, וואָס האָבן אָנגעהויבן זייער וועג אין, אָדער אַרום, דעם מאָסקווער זשורנאַל און דאָס פֿילט זיך, פֿאַרשטייט זיך, אין זייער (אַרײַנגערעכנט מײַן) שפּראַך. אָט אַזאַ מתּנה האָבן מיר אַלע באַקומען, און עס קומט דעם מחבר, דמיטרי טישטשענקאָ, אַ יישר-כּוח!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.