קייפּ-ווערדי. — אַ פּאָרטוגאַלישער רבֿ און אַ מאַראָקאַנער דיפּלאָמאַט האָבן געקוקט צוזאַמען, ווי אַן עולם פֿון 200 נפֿשות איז געקומען אויף אַ קאַטוילישן צווינטער אין קייפּ-ווערדי — אַ קליינע אינדזל-מלוכה אינעם אַטלאַנטישן אָקעאַן, 350 מײַל פֿון מערבֿ-אַפֿריקע — כּדי צו באַוויינען און באַערדיקט איינעם פֿון זייערע טויטע. די ייִדיש-מאַראָקאַנער דעלעגאַציע איז אָבער געקומען קיין קייפּ-ווערדי צוליב אַן אַנדער סיבה — צו פֿאַרריכטן די קבֿרים פֿון צען מאַראָקאַנער ייִדן, וועלכע האָבן געוווינט אויפֿן אינדזל אינעם 19טן יאָרהונדערט.
ס׳זעט אויס, אַז הײַנט זענען אין קייפּ-ווערדי נישט געבליבן קיין ייִדן, וואָס זאָלן ברענגען די אַלטע אָרטיקע ייִדישע בית-עולמס אין אָרדענונג. אַ וואַשינגטאָנער נישט-קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציע האָט זיך איצט פֿאַרנומען דערמיט — מיט דער הילף פֿונעם מאַראָקאַנער קיניג, מאָכאַמעד דעם זעקסטן. לויט די שטײַער-דאָקומענטן פֿון דער וואַשינגטאָנער ייִדישער גרופּע, איז ער פֿאַקטיש דער איינציקער שטיצער פֿונעם רעסטאַווראַציע-פּראָיעקט. שוין צוויי מאָל, אין 2011 און 2012, האָט דער קיניג אויסגעגעבן אויף דעם אַ סומע פֿון 100,000 דאָלאַר.
אַנדרע אַזולאַי, אַן הויכראַנגיקער ייִדישער עצה-געבער פֿונעם קיניג מאָכאַמעד און אַ מיטגליד פֿונעם ראַט, וואָס פֿירט אָן מיט דער רעסטאַווראַציע, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז דער מאַראָקאַנער מלך „זאָרגט זיך זייער שטאַרק‟ וועגן דער ייִדישער ירושה אין זײַן לאַנד, ווי אויך וועגן אַנדערע מקומות אַרום דער וועלט, וועלכע האָבן צו טאָן מיט די מאַראָקאַנער ייִדן. אַ טייל סקעפּטיקער מיינען אָבער, אַז זײַן עיקר-מאָטיוואַציע איז אַרײַנצוברענגען מער טוריסטן קיין מאַראָקאָ און אַרויסצורופֿן אַן אינטערעס בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן. אַזוי צי אַזוי, איז אַזאַ באַציִונג אין מאַראָקאָ אַנדערש פֿון ס׳רובֿ אַנדערע לענדער אינעם מיטל-מיזרח, וווּ די איסלאַמיסטישע רעגירונגען האָבן ווייניק דרך-ארץ פֿאַר דער אָרטיקער ייִדישער געשיכטע.
אַזולאַי האָט דערציילט, אַז ווען דער קיניג איז געווויר געוואָרן, מיט דרײַ-פֿיר יאָר צוריק, וועגן דעם שווערן מצבֿ פֿון די מאַראָקאַנער-ייִדישע קבֿרים אין קייפּ-ווערדי, האָט ער אַרויסגעוויזן אַ לעבעדיקן אינטערעס און אַ באַוויליקייט צו העלפֿן.
הײַנט וווינען אין מאַראָקאָ אַרום 3,000 ייִדן — אַ גענוג גרויסע באַפֿעלקערונג פֿאַר אַ לאַנד, וואָס זײַן שטח קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיטן אַמעריקאַנער שטאַט טעקסאַס. די קליינע גרופּע מאַראָקאַנער ייִדן האָט זיך באַזעצט אינעם 19טן יאָרהונדערט אויפֿן אינדזל קייפּ-ווערדי, האָפֿנדיק אָנצוהייבן דאָרטן אַ מיסחר. די קליינע קהילה האָט זיך אָבער נישט געהאַלטן לאַנג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.