טשערנאָוויץ — די אָפּערעטע

Czernowitz — The Operetta

דער אַנסאַמבל פֿון דער אָפּערעטע
דער אַנסאַמבל פֿון דער אָפּערעטע

פֿון לייזער בורקאָ

Published May 17, 2013, issue of June 07, 2013.

די טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ איז געווען אַ טעמע פֿאַר אָן אַ שיעור אַרטיקלען און ביכער, רעדעס און פֿאַרזאַמלונגען. לאַנג נאָך דער קאָנפֿערענץ זײַנען ווײַטער אָנגעגאַנגען הייסע דיסקוסיעס און דעבאַטעס וועגן איר, און לכּבֿוד יעדן יוביליי זײַנען אַרויס נאָך ביכער און נאָך אַרטיקלען, אַזוי אַז דער “גײַסט פֿון טשערנאָוויץ” איז קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן געוואָרן.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ייִדן האָבן אָנגעפֿילט גאַנצע ביבליאָטעקן מיט שריפֿטן וועגן דער קאָנפֿערענץ, ווייסט מען נאָך אַלץ ניט פּונקט וואָס איז דאָרט פֿאָרגעקומען מיט 105 יאָר צוריק. געוויסע אָנטיילנעמער האָבן אָנגעשריבן זכרונות, אָבער דער פּראָטאָקאָל מיט די אַלע פּרטים וועגן דער קאָנפֿערענץ איז ערגעץ פֿאַרלוירן געגאַנגען. שלמה בירנבוים, דער זון פֿונעם קאָנפֿערענץ־אָרגאַניזאַטאָר נתן בירנבוים, האָט צונויפֿגעשטעלט די שייכותדיקע מאַטעריאַלן, אָבער זיי זײַנען קיין מאָל ניט געדרוקט געוואָרן. ער האָט זיי איבערגעגעבן אַ געוויסן הער גאָטליב, און ווען דער ייִוואָ האָט זיי גענומען זוכן מיט 20 יאָר שפּעטער פֿאַר אַ ספּעציעלן באַנד וועגן דער קאָנפֿערענץ, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אָדער גאָטליב האָט זיי מער ניט געהאַט, אָדער גאָטליבן אַליין האָט מען ניט געקענט געפֿינען. און אפֿשר ליגן זיי נאָך אַלץ בײַ עמעצן אויף אַ בוידעם ערגעץ אין טשערנאָוויץ?

פֿון איין זײַט, פֿאַרדריסט עס דעם היסטאָריקער, וואָס ער קען ניט לייענען די סאַמע יסודותדיקע דאָקומענטן פֿון דער וויכטיקסטער ייִדיש־קאָנפֿערענץ פֿון אַלע צײַטן. פֿון דער צווייטער זײַט, אָבער, איז אים גוט, ווײַל ער מעג ווײַטער פֿרײַ ספּעקולירן און פֿאַנטאַזירן. ווי לאַנג קיינער ווייסט ניט אויף זיכער, קען ער טראַכטן וואָס ער וויל.

די דאָזיקע אומקלאָרקייט דערמעגלעכט אויך מײַן איצטיקן פּרוּוו צו רעקאָנסטרויִרן טשערנאָוויץ, אין די ראַמען פֿון אַלע באַקאַנטע פֿאַקטן. לויט געוויסע סימנים זעט אויס, אַז די אָנטיילנעמער האָבן דאָרט גערעדט אין אַ פּאָעטישער שפּראַך, און איך בין זיך משער, אַז שלמה בירנבוים האָט פֿאַרשריבן דעם פּראָטאָקאָל אין דער פֿאָרעם פֿון אַ ווינער אָפּערעטע. פֿאַר דער דאָזיקער השערה מײַנער רעדן שטאַרקע אַרגומענטן, קודם־כּל, די גרויסע צאָל ייִדישע ליטעראַטן אויף דער קאָנפֿערענץ, ווי אויך דאָס אָרט גופֿא, דעמאָלט אין דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע, און דער ווינער הינטערגרונט פֿון די בירנבוימס אַליין.

ניט אַלץ לאָזט זיך אַזוי פּינקטלעך און וויסנשאַפֿטלעך רעקאָנסטרויִרן נאָך אַזאַ לאַנגער צײַט, פֿאַרשטייט זיך. די אָווערטורע צום אָנהייב פֿון דער אָפּערעטע, למשל, געפֿינט זיך נאָר אין די מוזיק־בויגנס מיט נאָטן, וואָס זײַנען זיכער געלעגן בײַ הער גאָטליבן צוזאַמען מיטן פּראָטאָקאָל. עס לייגט זיך אָבער אויפֿן שׂכל, אַז די מוזיק האָט אַרויסגעוויזן אַ גרעסערע סטיליסטישע ענלעכקייט צו לעהאַרס “די פֿריילעכע אַלמנה” (1905) ווי צו שטראַוסעס “די פֿלעדערמויז” (1874). זיכער וואָלטן שטאַרק איבערגעווויגן די טענאָר־ און באַס־שטימען — ווײַל די צאָל פֿרויען־ראָלעס איז געווען אַזוי באַגרענעצט — ווען ניט אסתּר פֿרומקין, וואָס האָט דאָמינירט אויף דער קאָנפֿערענץ, ווי די קעניגין פֿון דער נאַכט אין מאָצאַרטס “די פֿאַרכּישופֿטע פֿלייט”.

דאָ איז ניטאָ קיין פּלאַץ צו ברענגען דעם טעקסט פֿון דער גאַנצער אָפּערעטע, אָבער איין אויסצוג וועט געבן אַ טעם דערפֿון: דער דועט פֿון אסתּר פֿרומקין און נתן בירנבוים.

בירנבוים: ייִדן, האָטס גאָט אין האַרצן!

לאָמיר אַרבעטן צוזאַמען

און לינדערן די שמאַרצן

פֿון אונדזער ייִדיש־מאַמען.

הערטס מײַנע ווערטער מיט קאָפּ:

נאָר מיט איין אָרגאַניזאַציע

פֿאַר ייִדיש האַלטן מיר אָפּ

די כּוחות פֿון אַסימילאַציע.

אסתּר: בירנבוים, בורזשוּי איינער,

מאַכט שוין צו דאָס מויל!

עס נעמט מיר דורך די ביינער

ווי איר רעדט פֿון כּלל־ישׂראל,

מיט די גבֿירים און הויכע קלאַסן.

ס’אַ געזעץ פֿון דער נאַטור,

אַז נאָר די אַרבעטער־מאַסן

שאַפֿן ייִדישע קולטור.

בירנבוים: זײַט נישט אַזוי נערוועיִש!

זאָלן אַלע ייִדן, פֿון יעדער פֿאָרעם,

רעדן ייִדיש און העברעיִש;

פֿרום און פֿרײַ, רײַך און אָרעם,

זאָלן מיר אַלע שטרעבן

בשלום צוזאַמען צו לעבן.

אסתּר: העברעיִש אויך? איך לאַך —

חלילה!

נאָר איין נאַציאָנאַלע שפּראַך

פֿאַרמאָגט אונדזער קהילה.

רק ייִדיש, און ניט איין וואָרט מער אַפֿילו.

בירנבוים: עס וואָלט געווען אַ סבֿרא,

אַז ביידע צדדים זאָלן פֿאָרט

קומען צו אַ פּשרה.

וואָס איז דען די צרה?

אסתּר: ייִדן, שאַט!

קיין קאָמפּראָמיסן

אויף מײַן געוויסן

מיטן שׂונא פֿון פּראָלעטאַריאַט!

כּל־זמן אַ ביסל אַרבעטער־שטאָלץ

פֿינקלט נאָך בײַ מיר אין ברוסט,

וועט אײַער פּלאַן בלײַבן פּוסט!

נאָך עטלעכע אינטערעסאַנטע סצענעס בעטן זיך, מע זאָל זיי אויך רעקאָנסטרויִרן: דאָס געוויין פֿון די העברעיִסטן נאָך דער רעדע פֿונעם יונגן פֿילאָלאָג מתּתיהו מיזעס; דער קוש פֿון אַש און נאָמבערג נאָך דער רעזאָלוציע, אַז ייִדיש איז אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק; ווען אסתּר רײַסט אַראָפּ די רעזאָלוציע און בירנבוים רופֿט אויס “חוצפּה!”; ווען זי פּראָטעסטירט קעגן דעם, אַז מע לאָזט ניט אַרײַן די אַרבעטער אויפֿן קאָנפֿערענץ־באַנקעט, און גייט אַוועק אָן אַ זײַגעזונט.

טשערנאָוויץ איז אַזאַ רײַכער דראַמאַטישער מאַטעריאַל, אַז עס פֿרעגט זיך טאַקע, פֿאַר וואָס די דאָזיקע אָפּערעטע איז אַזוי לאַנג געווען פֿאַרגעסן. אפֿשר מחמת דער ליטעראַרישער קוואַלטעט?