באר־שבֿע. פֿיר טױטע בעתן באַװאָפֿנטן רױב פֿון אַ באַנק „הפּועלים‟ אין באר־שבֿע. אײן רױבער האָט זיך דערשאָסן אױף טױט. דער צװײטער — איז פֿאַרכאַפּט געװאָרן דורך דער פּאָליציי. די ערובֿניקעס זײַנען באַפֿרײַט געװאָרן. די רױבער האָבן ניט געפֿאָדערט קײן געלט, נאָר גלײַך אָנגעהױבן שיסן אין די באַנק־קליענטן.
פֿינאַנץ־מיניסטעריום. דער העכסטער לױן בײַ די מלוכה־אַרבעטער אין ישׂראל אין יאָר 2012 איז געװען בײַ די אַרבעטער פֿונעם חיפֿהר האַפֿן — דורכשניטלעך 39 טױזנט שקלים אַ חודש. די גרעסטע פֿאַרלוסטן אינעם מלוכה־סעקטאָר האָט געליטן די עלעקטריע־קאָמפּאַניע „חבֿרת־החשמל‟, זי האָט פֿאַרלױרן מער װי 500 מיליאָן שקלים.
צה”ל. ספּעציעלע מיליטערישע טײלן האָבן אַרעסטירט 6 פּאַלעסטינער, פֿאַרדעכטיקט אין טעראָריסטישער טעטיקײט. בעתן אַרעסט איז צוגענומען געװאָרן אַ גרױסע צאָל פֿון געװער און אױפֿרײַסשטאָף.
גולן־הױכלאַנד. ישׂראלדיקער מיליטערישער פּאַטרול איז באַשאָסן געװאָרן מצד סיריע ניט װײַט פֿון דעם דרײַעקפּונקט פֿון דער ישׂראל־לבֿנון־סירישער גרענעץ.
ירושלים. יאיר לאַפּיד, פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרטיי „יש עתיד‟, האָט געזאָגט: „ירושלים װעט ניט זײַן אַ חלק פֿון דער הױפּטשטאָט פֿון דער פּאַלעסטינער מלוכה.‟
קאַיִר. עגיפּטישער זיכערהײט־אַמט האָט אױסגעמיטן אַ שמוגל פֿון אַ גרױסער קוואַנטיטעט אױפֿרײַסשטאָף פֿון סיני קײן עזה־פּאַס.
פּאַריז. פֿראַנצײזישער פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטער, לע דריאַן: „פֿראַנקריך װעט קױפֿן אַ גרױסע פּאַרטיע ישׂראלדיקע אומפּילאָטניקעס. די געשעענישן אין מאַלי האָבן באַװיזן, אַז די אומפּילאָטניקעס זײַנען אַ װיכטיקער טײל בעת די הײַנטצײַטיקע מיליטערישע קאָנפֿליקטן‟.
סיריע. אַמװײניקסטן 40 מיליטער־לײַט פֿון „כעזבאָלאַ‟ זײַנען דערהרגעט געװאָרן בעת די אַכזריותדיקע שלאַכטן אין דער סטראַטעגישער שטאָט אַל־קוסײר. פֿון דער שטאָט גופֿא איז כּמעט ניט געבליבן קײן סימן. די „אַל־אַראַביאַ‟־אַגענטור האָט געמאָלדן, אַז די „קאַטיושעס‟, װעלכע פֿריִער זײַנען אָנגעצילט געװאָרן פֿון דרום־לבֿנון אױף ישׂראל, האָט „כעזבאָלאַ‟ איצט אָנגעשטעלט אױף די פּאָזיציעס פֿון די סירישע אָפּאָזיציאָנערן. די סירישע רעגירונג רופֿט די „געטרײַע בירגער‟ מנדבֿ זײַן זײער בלוט פֿאַר די פֿאַרװוּנדעטע בראַװע „כעזבאָלאַ‟־לײַט.
טעהעראַן. איראַן פֿאַראורטײלט די אױפֿרופֿן פֿון פֿראַנקרײַך צו די פֿאַראײניקטע שטאַטן און צו דער פֿאַראײניקטער אײראָפּע צו פֿאַרשטאַרקן די סאַנקציעס קעגן דעם איראַנישן רעזשים.
ירושלים. די אױספֿירן פֿון אַ ספּעציעלער ישׂראלדיקער רעגירונגס־קאָמיסיע באַװײַזן, אַז דער אַזױ גערופֿענער מאָרד פֿונעם פּאַלעסטינער ייִנגל מאַכמוד אַ־דוראַ מצד די ישׂראלדיקע שאַרפֿצילער בעת דער צװײטער אינטיפֿאַדע, איז אַן אינסצענירונג. די קאַדרען פֿון אַ פֿראַנצײזישן דאָקומענטאַר באַװײַזן קלאָר, אַז נאָך דעם „מאָרד‟, איז דאָס „דערהרגעטע‟ ייִנגל אױפֿגעשטאַנען תחית־המתים און װײַטער געגאַנגען מיט זײַן פֿאָטער.
פּרעמיער בנימין נתניהו: „צו פֿאַרגרעסערן און פֿאַרפֿעסטיקן די האַנדל־באַציִונגען מיט כינע איז אײנע פֿון די װיכטיקסטע סטראַטעגישע צילן פֿון מדינת־ישׂראל.‟
תּל־אָבֿיבֿ. 4000 דאָקטױרים, קראַנקן־שװעסטער און אַנדערע אַרבעטער פֿון דער קראַנקן־קאַסע „מיוחדת‟ האָבן דערקלערט אַ פֿולשטענדיקן שטרײַק.
ירושלים. די „ישׂראלדיקע פּאָסט‟ געפֿינט זיך אױף דער שװעל פֿון אַ טאָטאַלן קאָלאַפּס. דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דער פּאָסט װאָרנט: „מחמת דעם גרױסן בודזשעט־דעפֿיציט, װעלן מיר מוזן אין אַ יאָר אַרום פֿאַרמאַכן אַלע פּאָסט־אָפּטײלונגען אין לאַנד‟.
איראַק. 31 דערהרגעטע בעת די צװײ אױפֿרײַס־אַטענטאַטן, אין שיִיִטישע קװאַרטאַלן פֿון באַגדאַד און באַסראַ.
קאַיִר. נאָך אַ גאַנצער רײ באַװאָפֿנטע אַטאַקעס אױף די מיליטערישע באַזעס, האָט די עגיפּטישע רעגירונג אַרײַנגעפֿירט טאַנקן אױפֿן האַלב־אינדז סיני.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.