אָרלאַנדאָ, שטאַט פֿלאָרידע. — הענק קאַצען, אַ הײַזער-הענדלער און אַ ייִדישער פֿילאַנטראָפּ פֿון דער שטאָט אָרלאַנדאָ, שטאַט פֿלאָרידע, פּרוּווט צו באַזאָרגן דעם נײַעם „הלל‟-קלוב בײַם אוניווערסיטעט פֿון צענטראַל-פֿלאָרידע (UCF) מיט אַ שטענדיקן קוואַל פֿון שטיצע. אין אויגוסט, פּלאַנירט מען צו עפֿענען אינעם אוניווערסיטעט-קאַמפּוס אַ ריזיקן און פּרעכטיקן צומאַמענוווינונג-אָרט, וועלכער קאָסט 60 מיליאָן דאָלאַר און פֿאַנעמט 600,000 קוואַדראַט-פֿוס. דער רווח פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט וועט העלפֿן אונטערצוהאַלטן דעם אָרטיקן „הלל‟.
דער קאַמפּוס פֿונעם צענטראַל-פֿלאָרידער אוניווערסיטעט איז דער צווייט-גרעסטער אינעם לאַנד; די סטודענטן נייטיקן זיך אין וווין-ערטער. יעדע פּאָר צימערן אינעם נײַעם קאָמפּלעקסט האָט באַזונדערע וואַשצימערן, פֿלאַכע טעלעוויזאָרן, שטיין-באַצירטע קיכן, וואַשמאַשינען און גרויסע קעמערלעך. אינעם קאָמפּלעקס איז פֿאַראַן אַ גרויסער באַסיין ווי אויף אַ קוראָרט, אַ סאַונע, אַ שפּיל-צימער און אַ ספּאָרט-צענטער, וועלכער וועט זײַן אָפֿן 24 שעה. דער זיבן-שטאָקיקער פּאַרקיר-גאַראַזש איז אויסגעבויט געוואָרן אויף אַזאַ אופֿן, אַז די סטודענטן זאָלן האָבן אַ מעגלעכקייט אָפּצושטעלן זייערע אויטאָס גלײַך בײַם אַרײַנגאַנג צו זייערע צימערן.
בסך-הכּל, וועלן אינעם נײַעם קאַמפּוס-קאָמפּלעקס קאָנען וווינען 600 סטודענטן. אַ טייל פֿונעם דירה-געלט וועט אויסגענוצט ווערן לטובֿת דעם „הלל‟, וועלכער פֿאַרנעמט 20,000 קוואַדראַט-פֿוס אויפֿן ערשטן שטאָק פֿונעם בנין. קאַצען האָט דערקלערט, אַז די פֿאַרבינדונג צווישן זײַן נײַעם וווין-צענטער און דעם ייִדישן קלוב וועט דינען ווי אַ מוסטער פֿון אַן אוניקאַלן שטיצע-מאָדעל. אַ סך ייִדישע אינסטיטוציעס לײַדן פֿון פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען. דער עקאָנאָמישער קריזיס און אַזעלכע אומגעוווּנטשענע מעשׂים, ווי בערני מיידאָפֿס שווינדלערײַ, ברענגען זיי אַרײַן אין אַן אומסטאַבילן מצבֿ. קאַצען האָפֿט, אַז זײַן מאָדעל וועט דערמעגלעכן דעם אָרטיקן „הלל‟ אָנצוגיין ווײַטער מיט זײַן טעטיקייט, אין אַ גרויסער מאָס, אָן דרויסנדיקע שטיצער, ווײַל דער אוניווערסיטעט נייטיקט זיך כּסדר אין וווין-ערטער.
סידני פּערטנוי, אַ געשעפֿטסמאַן און פֿילאַנטראָפּ פֿון מיאַמי, וועלכער איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער קומענדיקער פֿאָרזיצער בײַ דער אינטערנאַציאָנאַלער נעץ פֿון „הלל-קלובן‟, האָט דערציילט, אַז אַ צאָל פֿון זיי זענען שוין פֿאַרבונדן מיט געוויסע וווין-פּראָיעקטן. צום ערשטן מאָל ווערט אָבער דער דאָזיקער געדאַנק פֿאַרווירקלעכט אויף אַזאַ גרויסן מאַסשטאַב. פּערטנוי האָפֿט, אַז אין דער צוקונפֿט וועט מען קאָנען אָנווענדן דעם נײַעם מאָדעל אין אַנדערע שטעט.
קאַצען, דער דירעקטאָראַט-פּרעזידענט פֿונעם „הלל‟ בײַם צענטראַל-פֿלאָרידער אוניווערסיטעט און דער אָנפֿירער פֿונעם הײַנטיקן פּראָיעקט, האָט דערציילט, אַז אין אַ טייל פֿאַלן גיבן רײַכע שטיצער גרויסע סומעס פֿאַר גאַנצע בנינים; אָבער באַלד ווען מע עפֿנט זיי, געפֿינט מען אויס, אַז די ייִדישע אינסטיטוציע האָט נישט גענוג געלט, כּדי זיי אויסצוהאַלטן. במשך פֿון די לעצטע זיבן יאָר, איז די צאָל סטודענטן אינעם צענטראַל-פֿלאָרידער אוניווערסיטעט געוואַקסן אויף 50 פּראָצענט און דערגרייכט שוין 60,000 נפֿשות.
בלויז דער אַריזאָנער שטאַט-אוניווערסיטעט האָט מער תּלמידים. אַזאַ מצבֿ שאַפֿט אַן אוניקאַלע סיטואַציע, ווען יעדער נײַער וווין-צענטער איז אַ מציאה. בערך 5,000—6,000 סטודענטן אין UCF זענען ייִדן. דער נײַער פּראָיעקט איז אַ רעזולטאַט פֿון קאָאָפּעראַציע צווישן דעם אוניווערסיטעט, „הלל‟ און ייִדישע פֿילאַנטראָפּן. אַלען גינזבורג, אַן אַנדער אָרלאַנדער הײַזער-הענדלער, האָט געגעבן 7 מיליאָן דאָלאַר פֿאַרן קאָמפּלעקס — אַרײַנגערעכנט דעם פּרײַז פֿאַרן שטח, וועלכער קאָסט איצט, מיט זעקס יאָר נאָכן קויפֿן, שוין 12 מיליאָן.
די צימערן אינעם נײַעם קאָמפּלעקס וועלן קאָסטן 800 דאָלאַר אַ חודש און העכער. זאַן ריינאָלדס, דער אויספֿיר-דירעקטאָר פֿון הײַזער-ענינים בײַם אוניווערסיטעט, האָט איבערגעגעבן, אַז אַ סך סטודענטן האָבן זיך שוין פֿאַראינטערעסירט מיט דעם וווין-צענטער.
לכתּחילה, האָט דער פּראָיעקט זיך אָנגעהויבן מיטן בײַשטײַער פֿון גינזבורגן — לזכּרון זײַן זון, דזשעפֿרי, וועלכער איז אומגעקומען אין אַן אַוויאַ-קאַטאַסטראָפֿע מיט אַרום צען יאָר צוריק; ער איז געווען אַן אַקטיווער מיטגליד פֿונעם „הלל‟ בײַ UCF.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.