זונטיק, דעם 19טן מײַ, איז אין קולטור־לעבן פֿון ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען די „טראַדיציאָנעלע הזכּרה‟: די קרובֿים פֿון שלום־עליכם, זײערע פֿרײַנד, באַקאַנטע שױשפּילער און ליטעראַטן, און פּשוט פֿילצאָליקע פֿאַרערער פֿון זײַן ליטעראַרישער ירושה האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אינעם היסטאָרישן בנין פֿון דער „ברודערשאַפֿט‟־סינאַגאָגע („בית־אחים‟־קהילה) אין מאַנהעטן, כּדי אָפּצומערקן דעם 97סטן יאָרצײַט פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן שרײַבער. לױט דער אײַנגעפֿירטער טראַדיציע, איז דער אָנדענק־אָװנט דערעפֿנט געװאָרן מיטן רעציטירן אַ פֿראַגמענט פֿונעם שרײַבערס עטישער צװאה, אױף ייִדיש און ענגליש. הײַנטיקס יאָר זײַנען די רעציטאַציע־אױספֿירער געװען — דער פּראָמינענטער טעאַטער־ און קינאָ־אַקטיאָר, טעאָדאָר ביקעל, און שלום־עליכמס אײניקל, ד”ר שערווין קאַופֿמאַן (אין עטלעכע װאָכן אַרום װעט ער װערן 93 יאָר אַלט).
דערנאָך האָט דער פֿאַרזאַמלונג־פֿאָרזיצער, קענעט קאַופֿמאַן, פֿאַרבעטן צום מיקראָפֿאָן זײַן מומע, שלום־עליכמס אײניקל בעל קאַופֿמאַן. ניט לאַנג צוריק, דעם 10טן מײַ, האָט זי געפּראַװעט איר 102טן געבױרן־טאָג! דער גאַנצער עולם האָט זי שטײענדיק באַגריסט מיט אַ דױערנדיקער אָװאַציע. בעל האָט פֿאָרגעלײענט איר אײגענע ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער ייִדישער עפּיטאַפֿיע, װעלכע איז אױסגעקריצט אױף דער מצבֿה פֿון איר באַרימטן זײדן.
די רשימה פֿון שלום־עליכמס קאָמישע מעשיִות, רעציטירט הײַיאָר, האָט אײַנגעשלאָסן: „קידלת וקידשת‟ (געלײענט פֿונעם איבערזעצער גופֿא, קורט לעװיאַנט); „ס’אַ ליגן!‟ (אױסגעפֿירט אױף ייִדיש און ענגליש דורך אַ טריִאָ פֿון די אַקטיאָרן — שײן בייקער, יעלענאַ שמואלענסאָן און ארון־לייב ריקמאַן); „כּתריאלעװקער פּראָגרעס‟ און „בערל־אײַזיק‟ (געלײענט אױף ענגליש פֿון דזשאָרדזש גידעל). דער לעצטער נומער פֿון דער פּראָגראַם איז געװען „כּתריאלעװקער טראַמװײַ‟ (פֿאָרגעלײענט פֿון טעאָדאָר ביקעל, װעלכער האָט אַלײן איבערגעזעצט די מעשׂה). דער עולם האָט באַגלײט די אױפֿטריטן פֿון די שױשפּילער מיט געלעכטער און שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן.
דערנאָך איז צום מיקראָפֿאָן נאָך אַ מאָל צוגעקומען בעל קאַופֿמאַן. איר צװײטע רעדע האָט זי אָנגעהויבן מיט די דאָזיקע װערטער: „מיך פֿרײט זײער, אַז כ’בין אַלט. כ’בין זײער אַלט, אַקוראַט 73531 טעג אַלט… כ’בין די אײנציקע צװישן די לעבעדיקע מענטשן, װאָס געדענקט נאָך שלום־עליכמען… כ’געדענק די װאַרעמקײט פֿון זײַנע הענט, װען מיר האָבן שפּאַצירט אין אײנעם. ׳װאָס שטאַרקער דו דריקסט מײַן האַנט, אַלץ בעסער שרײַב איך׳ — פֿלעגט דער זײדע זאָגן. דעריבער, אױב איר האָט הנאה פֿון לײענען שלום־עליכמען, קומט אױך מיר אַ ייִשר־כּוח!‟
זי האָט ציטירט שלום־עליכמס װיצן, דערצײלט עטלעכע עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן, װאָס זי געדענקט אַלײן אָדער האָט שפּעטער געהערט פֿון איר מאַמע און אַנדערע משפּחה־מיטגלידער. צום סוף, האָט בעל דערמאָנט דעם בריװ, װאָס דער זײדע האָט איר צוגעשיקט אַ יאָר פֿאַר זײַן פּטירה. דער בריװ האָט זיך אָנגעהױבן בזה הלשון: „טײַערע בעלאָטשקאַ! איך װיל, אַז דו זאָלסט אױסװאַקסן און אױסלערנען זיך שרײַבן…‟.
„כ’האָב ניט געהאַט קײן צײַט אים צו ענטפֿערן. ער איז ניפֿטר געװאָרן גאָר אין גיכן… אָבער איר װײסט? שמועסנדיק מיט אײַך איצטער, כ’פֿיל גלײַך װי כ‘האָב שױן געענטפֿערט אױפֿן דאָזיקן בריװ זײַנעם. אַ גרױסן דאַנק אײַך אַלעמען!‟…
די מיטצײַטלער האָבן געהאַלטן שלום־עליכמען פֿאַרן בעסטן אױספֿירער פֿון זײַנע אײגענע ליטעראַרישע שאַפֿונגען. װי ס‘באַװוּסט, פֿלעגט ער פֿון צײַט צו צײַט אַרומפֿאָרן איבער די שטעט און שטעטלעך פֿונעם תּחום־המושבֿ מיט די פֿאָרלייענונגען פֿון זײַנע מעשׂיות. שױן לאַנג האָב איך געװאָלט זיך דערװיסן, צי האָט ער אין זײַנע יאַזדעס באַזוכט אױך מײַנע הײמישע מקומות. כ’בין נישט גאַנץ זיכער, צי אים איז אױסגעקומען אַמאָל צו פֿאַרפֿאָרן אין מײַן טאַטנס שטעטל, סיראָטינע, אָבער אין דער הויפּטשטאָט פֿון דער גובערניע — װיטעבסק, איז ער, בלי־ספֿק, יאָ געווען. מכּוח אַזאַ באַזוך האָט שלום־עליכם גופֿא דערצײלט אין דער געשיכטע װעגן זײַנע גאַסטראָלן איבער די דרײַ שטעט — סמאָלענסק, מאָלעװ און װיטעבסק. אין יאַנואַר 1944 האָט מאַרק שאַגאַל געשריבן אין דער ניו־יאָרקער צײַטשריפֿט „ייִדישע קולטור‟: „…צװישן מײַנע יום־טובֿים איז געװען אַמאָל אַ גרױסער יום־טובֿ: אין שטאָט איז געקומען שלום־עליכם צו לײענען זײַנע זאַכן. קײן געלט אױף אַ בילעט האָב איך ניט געהאַט…‟ דעריבער האָט מאַרק אַרױפֿגעקלעטערט אױפֿן פּאַרקן לעבן דער געבײַדע, װוּ דער שרײַבער איז אױפֿגעטראָטן, האָפֿנדיק כאָטש אַזױ צו כאַפּן אַ בליק אױף אים. אָבער דאָס איינציקע, װאָס ס‘האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו זען דאָרטן, איז געװען אַ געדיכטע מענגע צושױער…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.