מיט זיבעציק יאָר צוריק, דעם 22סטן מײַ 1943, האָט די מאָסקווער צײַטונג „פּראַוודאַ‟ פֿאַרעפֿנטלעכט דעם באַשלוס פֿונעם אויספֿיר-קאָמיטעט פֿון דעם קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל, אַז די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע הערט אויף צו עקזיסטירן. דערמיט האָט זיך פֿאַרענדיקט אַ גאַנצע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג. דער קאָמוניסטישער אינטערנאַציאָנאַל איז געשאַפֿן געוואָרן אין מאָסקווע דעם 4טן מאַרץ 1919. פֿאַרטראַכט איז עס געווען ווי דער צענטראַלער שטאַב פֿון דער וועלט-רעוואָלוציע. די ערשטע צײַט נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע האָט דאָך לענין און זײַנע מיטדענקער געוואָלט „באַרעכטיקן‟ די איבערקערעניש אין רוסלאַנד, וואָס איז, לויט דער מאַרקסיסטישער טעאָריע (און סתּם לויטן שׂכל-היושר), ניט געווען גענוג אַנטוויקלט מע זאָל דאָרטן אָנהייבן אײַנצופֿירן סאָציאַליזם. האָט מען געטענהט, אַז יאָ, ס’איז טאַקע אַזוי, רוסלאַנד איז ניט גענוג צוגעפּאַסט צו אַזאַ זאַך, אָבער די מלחמה האָט געשאַפֿן אַן אוניקאַל גוטן מצבֿ פֿאַר אַן איבערקערעניש, און זי, די דאָזיקע איבערקערעניש, וועט דינען ווי אַ סיגנאַל פֿאַר אַנדערע, עקאָנאָמיש און סאָציאַל מער אַנטוויקלטע לענדער. הקיצור, דער קאָמינטערן האָט געהאַט דעם שליחות פֿון עקספּאָרטירן קאָמוניזם איבער דער גאָרער וועלט.
האָבן זיך די אַגענטן פֿון קאָמינטערן באַוויזן אין צענדליקער לענדער, און די גאַנצע קאָמוניסטישע סבֿיבֿה האָט געדאַרפֿט זײַן בלבֿ-ונפֿש איבערגעגעבן דעם מאָסקווער צענטער. פּאַטריאָטיזם איז, בכלל, געווען אַ מיאוס וואָרט פֿאַר די קאָמוניסטן. אַפֿילו אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען גענומען רעדן וועגן פּאַטריאָטיזם נאָר אין מיט-1930ער יאָרן, ווען ס’איז שוין קלאָר געוואָרן, אַז די וועלט-רעוואָלוציע האָט זיך היפּש פֿאַרהאַלטן און מע האָט דערווײַל געדאַרפֿט טראַכטן וועגן צוגרייטן די באַפֿעלקערונג צו אַ מלחמה מיט דער אימפּעריאַליסטישער וועלט און, קודם-כּל, מיט דײַטשלאַנד.
די ליבע פֿון דעם „פֿאָרווערטס‟ מיטן קאָמינטערן איז געווען זייער אַ קורצע, כּמעט אַ one night stand. דאָס הייסט ניט גאָר אַז דער „פֿאָרווערטס‟ איז גלײַך געוואָרן אַנטי-סאָוועטיש. לאַוו-דווקא. צו דער סאָוועטישער רעגירונג איז די באַציִונג געווען, בערך ביז 1929, ניט קיין שלעכטע. אייניקע אויפֿטוען, בפֿרט די נאַציאָנאַליזאַציע פֿון דער גאַנצער אינדוסטריע און דער קאַמף מיט אַנטיסעמיטיזם, זײַנען געווען צום האַרצן ס’רובֿ שרײַבער און לייענער פֿון דער צײַטונג. און מע האָט געהאָפֿט, אַז סוף-כּל-סוף וועט קומען די צײַט פֿאַר דעמאָקראַטיע אין רוסלאַנד.
אָבער גלײַכצײַטיק האָט מען שרעקלעך פֿײַנט געהאַט דעם קאָמינטערן, בפֿרט נאָך אַז די אַמעריקאַנער קאָמוניסטישע פּאַרטיי האָט מען אויך אויפֿגענומען (אין אַ געוויסן זין ריכטיק) ווי אַ „האַנט‟ פֿון דעם קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל. אַזאַ פּאָזיציע איז געווען אין איינקלאַנג מיט דער אָפֿיציעלער אַמעריקאַנער באַציִונגען צום אינטערנאַציאָנאַלן קאָמוניזם. אין יאָר 1940 האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס אָנגענומען דעם אַזוי-גערופֿענעם „סמיט עקט‟. דאָס האָט געגעבן די מעגלעכקייט צו אַרעסטירן און שיקן אין תּפֿיסה די לײַט, וועלכע האָבן געהערט צו די אָרגאַניזאַציעס, וואָס זייער ציל איז געווען אַראָפּצוּוואַרפֿן די רעגירונג. בסך-הכּל, אַריבער צוויי הונדערט קאָמוניסטן, טראָצקיסטן און פֿאַשיסטן זײַנען געווען פֿאַרפֿאָלגט אויפֿן סמך פֿון דעם דאָזיקן געזעץ.
אין אָקטאָבער 1941 האָט אַן אויספֿרעג געוויזן, וואָס דער אַמעריקאַנער עולם האָט געטראַכט וועגן קאָמוניסטן. בלויז 4.5 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע האָבן ניט אונטערגעהאַלטן קיין ווײַטערדיקע באַגרענעצונגען צי רדיפֿות לגבי די קאָמוניסטן. גלײַכצײַטיק, האָבן בערך 30 פּראָצענט געהאַלטן, אַז די קאָמוניסטן האָט מען געדאַרפֿט אָדער אַרויסשיקן פֿון לאַנד, אָדער האַלטן זיי אין תּפֿיסה. אַריבער 37 פּראָצענט זײַנען געווען געשטימט אַ ביסל מילדער; זיי האָבן געמיינט, אַז מע מוז האַלטן אויף די קאָמוניסטן אַן אויג און ניט דערלויבן זיי צו האָבן קיין שום אָרגאַניזאַציעס און צו פֿירן פּראָפּאַגאַנדע. קיין חידוש ניט, אַז די ליקווידאַציע פֿון קאָמינטערן האָט מען, בדרך-כּלל, אויפֿגענומען ווי אַ שיינע ריינע כּפּרה.
אין 1943, ווען סטאַלין האָט באַשלאָסן אַז ס’איז געקומען די צײַט צו פֿאַרמאַכן דעם קאָמינטערן, זײַנען בײַ אים, אַ פּנים, געווען עטלעכע סיבות עס צו טאָן. קודם-כּל, האָט ער דערמיט געטאָן אַ טובֿה די פֿאַראייניקטע שטאַטן און גרויס-בריטאַניע. דאָס האָט, לכל-הפּחות לפּנים געמיינט, אַז מאָסקווע וועט אויפֿהערן אַרײַנשיקן און רעקרוטירן אַגענטן פֿון קאָמינטערן, און די היגע קאָמוניסטישע פּאַרטייען וועלן מער ניט האָבן קיין אינטערנאַציאָנאַלן שטאַב. נאָך איין ציל איז געווען, אַרויסצונעמען אַ קאָזער פֿון די הענט פֿון נאַציסטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן, וועלכע האָבן געטענהט, אַז דײַטשלאַנד האָט געשטעלט פֿאַר זיך דעם ציל — און צוליב דעם געפֿירט די מלחמה מיט רוסלאַנד — צו באַפֿרײַען די וועלט פֿון דער קאָמוניסטישער סכּנה.
די ליקווידאַציע פֿון קאָמינטערן האָט געבראַכט טאַקטישע שינויים אין דער קאָמוניסטישער באַוועגונג. סטראַטעגיש זײַנען ס’רובֿ קאָמוניסטישע פּאַרטייען פֿאַרבליבן דירעקט פֿאַרבונדן מיט מאָסקווע. אַזוי איז עס, לכל-הפּחות, געווען אין די 1940ער יאָרן; אָבער ביסלעכווײַז, בפֿרט נאָך סטאַלינס טויט, זײַנען אייניקע פּאַרטייען, אָדער טיילן פֿון די פּאַרטייען, געוואָרן קריטיש געשטימט צו דער פּאָליטיק פֿון מאָסקווע. ס’איז שווער צו זאָגן, צי זיי וואָלטן זיך אויפֿגעפֿירט פּונקט אַזוי, בלײַבנדיק אונטערן דאַך פֿונעם קאָמינטערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.