איך בין אַ צירקוס-דאַמע
און טאַנץ צווישן קינזשאַלן,
וואָס זײַנען אויפֿגעשטעלט אויף דער אַרענע
מיט די שפּיצן אַרויף.
מײַן בייגזאַם לײַכטער גוף
מײַדט אויס דעם טויט פֿון פֿאַלן,
באַרירנדיק קוים, קוים דעם שאַרף פֿון די קינזשאַלן.
די דיכטערין ציליע דראַפּקין (1888 — 1956), וואָס האָט אָנגעשריבן אָט די שורות, און די ישׂראלדיקע בינע-קינסטלערין סתּיו מישר (סטאַוו מיישאַר), וואָס איז געבוירן געוואָרן מיט הונדערט יאָר שפּעטער, אין 1988, האָבן אַ פּאָר זאַכן בשותּפֿות. ביידע קומען זיי אַרויס פֿון אַ ווײַסרוסישן אָפּשטאַם, און ביידע האָבן זיי אָנגעהויבן זייער ייִדיש-שעפֿערישקייט נאָכן באַזעצן זיך אין אַמעריקע. דראַפּקין איז דעמאָלט אַריבער פֿון שרײַבן רוסישע לידער צו ייִדישע, און מישר — צו שפּילן אין דער „פֿאָלקסבינע‟. קיין ניו-יאָרק איז מישר געקומען פֿון תּל-אָבֿיבֿ מיט פֿינעף יאָר צוריק. אין דער ראָלע פֿון זרש, די מכשפֿה, אין איציק מאַנגערס „מגילה־לידער‟ (זע: מרים שמולעוויטש-האָפֿמאַן, אַפּריל 29, 2013), האָט זי באַקומען די געלעגנהייט צו ווײַזן אירע אַקראָבאַטישע פֿעיִקייטן; אַן אינטערעס וואָס זי האָט אויך בשותּפֿות מיט דראַבקינען, ווי מע לייענט אין איר ליד „איך בין אַ צירקוס־דאַמע‟.
סתּיו מישר איז אַ פֿילזײַטיקע טאַלאַנטירטע קינסטלערין: אַן אַקטריסע, אַ זינגערין, אַ אוניקאָלע־שפּילערין, און דערצו נאָך איז זי אַ פֿעיִקע אַקראָבאַטקע. זי האָט מיר דערציילט, אַז „מאָטל דידנער [דער רעזשיסאָר פֿון ׳מגילה־לידער׳] האָט זיך גלײַך פֿאַרבונדן מיט מיר, ווײַל איך בין טאַקע די איינציקע וואָס קאָן שפּילן אי אין אַ צירק, אי אינעם ייִדישן טעאַטער.‟
דער עולם וואָס קומט צו זען די „מגילה־לידער‟, ווערט פֿאַרכאַפּט פֿון מישר, בפֿרט אין איין געוויסער סצענע, ווען ושתּי זינגט איר „קלאָגליד‟. אין דער צײַט מאַכט מישר כּלערליי אַקראָבאַטישע קונצן אויף אַ שטריק „אונטערן קופּאָל‟ איבער ושתּיס קאָפּ. בעת ושתּי זינגט אירע לעצטע ווערטער פֿאַר דער תּליה — “ניטע, תּליון, ניטע מאַך נאָך נישט נאַכט, ביז כ’וועל נישט האָבן כאָטש איינמאָל געלאַכט.‟ — קאַטשעט זיך איבער מישר פֿון אויבן און בלײַבט הענגען מיט די געבונדענע פֿיס אַרויף און מיטן קאָפּ אַראָפּ, וויגנדיק זיך אין דער לופֿטן. אויף דעם „פֿאָלקסבינע‟-עולם מאַכט אָט דער אַקראָבאַטישער טריק אַ גרויסן רושם. „דאָס איז זייער אַ פּשוטע כאָרעאָגראַפֿיע און איך וואָלט עס נישט געטאָן פֿאַר אַ צירק-עולם, אָבער דאָ, אין טעאַטער, פּאַסט עס וווּנדערלעך. דאָס אַראָפּפֿאַלן בײַם סוף איז זייער פֿאַרכאַפּנדיק. איך הער, ממש, ווי דער עולם פֿאַרהאַלט דעם אָטעם.‟
מיט אַ פֿאַרכאַפּטן אָטעם קוקט מען אויף מײַן טאַנצן,
און עמעץ בעט דאָרט פֿאַר מיר גאָט.
פֿאַר מײַנע אויגן גלאַנצן
די שפּיצן אין אַ פֿײַערדיקן ראָד, –
און קיינער ווייס ניט, ווי מיר ווילט זיך פֿאַלן.
קומענדיק פֿון דער באַלעט-וועלט, האָט מישר געהאַט בײַם אָנהייב פֿון אירע צירק-געניטונגען פֿיזישע פּראָבלעמען. כּדי צו דערגרייכן די ריכטיקע מדרגה אין אַקראָבאַטיק, האָט זי זיך געמוזט אָפּגעבן מיט דעם פֿופֿצן שעה אַ וואָך אין משך פֿון די לעצטע אָנדערטהאַלבן יאָר. אַחוץ דעם, האָט מישר פֿאַר אַ יאָרן געגרינדעט איר אייגענע פֿאָרשטעלונג-געזעלשאַפֿט מיטן פֿראַנצייזישן נאָמען Petit Mort Productions. „פּעטי מאָרט‟, מיינט דאָס געפֿיל, וואָס מע לעבט איבער נאָך אַ גרויס קונסטווערק. זי וויל פֿאָרשטעלן אַזאַ מין קונסט, וואָס ברעכט צוימען און פֿאַרבינדט מענטשן פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן. זי גיט אָן דעם ייִדישן טעאַטער ווי אַ מוסטער, „אַ טעאַטער, וואָס ציט צו צו זיך מענטשן לאַוו-דווקא צוליב זייער אָפּשטאַם פֿון מיזרח-אייראָפּע, נאָר וואָס ווערן איבערצײַגט פֿון די פֿאָרשטעלונגען אין זייער עמאָציאָנעלער ענלעכקייט.‟ [?}
איך פֿרעג מישר, צי זי מיינט נישט, אַז ס’איז דאָ אַ פֿאַרבינדונג צווישן דעם ייִדישן טעאַטער און דעם סדר-היום פֿון „פּעטיט מאָר‟. איר ענטפֿער איז געווען: „איך פֿאַרבינד זיך ווי אַ מענטש און ווי אַ שאַפֿערין מיט דער משונהדיקער קונסט. איך האָב אַ סימפּאַטיע צו די נחות-דרגאס. די קאָמבינאַציע פֿון אַן אַרכאַיִשן טעאַטער מיט עפּעס ווי אַ צירק שאַפֿט עפּעס זייער יחיד-במינודיקס. דער עלטערער עולם וואָס איז געקומען צו דער פֿאָרשטעלונג האָט נישט דערוואַרט אַ פּיעסע אין אַ צירק. בײַ אַ טייל מענטשן האָט עס מוצא-חן געווען, און בײַ אַ טייל נישט. די „פֿאָלקסבינע‟ האָט אײַנגעשטעלט מיט דעם באַשלוס, און מע דאַרף זי באַגריסן פֿאַר דעם.‟
מיד בין איך פֿון טאַנצן צווישן אײַך,
קאַלטע שטאָלענע קינזשאַלן.
איך וויל מײַן בלוט זאָל אײַך דערהיצן,
אויף אײַערע אַנטבלויזטע שפּיצן
וויל איך פֿאַלן.
אַחוץ איר שפּילן אין דער „פֿאָלקסבינע‟ און זינגען פּאָפּולערע ווערסיעס פֿון שעקספּיר אין איר פֿאָרשטעלונג „די הערצאָגן פֿון ראָק‟ (The Dukes of Rock), אַרבעט מישר שוין אַ פּאָר יאָר ווי אַ לערערין פֿון קליינע קינדער. זי ספּעציאַליזירט זיך אינעם לערנען עבֿרית און ייִדישקייט דורך מוזיק, טעאַטער, יאָגאַ און צירק. איר שיטה פֿון לערערײַ שטעלט נישט דעם טראָפּ אויף קיין ביכער אָדער היים־אַרבעט. למשל, דורך יאָגאַ דערציילט זי אין איר קלאַס וועגן דער וועלט-באַשאַפֿונג. „מע דערציילט די געשיכטע מיטן גוף און מיט דער אייגענער שאַפֿערישקייט. למשל, דורכן מאַכן די יאָגאַ-פּאָזעס פֿון חיות צי פֿון ביימער, ווען עס גייט די רייד וועגן די טעג פֿון זייער באַשאַפֿן אין בראשית.‟ זי האָט אַנטוויקלט איר מעטאָדע ווי אַן אופֿן צו פֿאַרבינדן איר אידענטיטעט ווי אַ בינע-קינסטלערין מיט איר טעגלעכער אַרבעט ווי א לערערין.
הײַנט איז מישר זייער אַ פּאָפּולערע לערערין — „נישטאָ קיין ייִדישע שול צי סינאַגאָגע אין ניו-יאָרק, וווּ איך האָב דאָרט נישט געלערנט‟ — זאָגט זי עדות וועגן איר שוין רײַכער דערפֿאַרונג אין משך פֿון גאָר אַ קורצער צײַט. מישר דערציילט, אַז זי האָט ליב די לערערײַ אַזוי ווײַט, אַז זי וועט די דאָזיקע פּראָפֿעסיע נישט פֿאַרלאָזן, אַפֿילו אויב זי וועט אַמאָל זיך קענען אויסהאַלטן נאָר פֿון איר אַרטיסטישער אַרבעט.
דערווײַל האָט זי הנאה פֿון שפּילן אין דער „פֿאָלקסבינע‟, וואָס זי באַשרײַבט ווי אַ היימיש אָרט. דאָרט האָט זי באַקומען איר ערשטע ראָלע אין ניו-יאָרק, טאַקע נאָך איר ערשטן „פֿאַרהער‟ גלײַך נאָכן גראַדויִרן. זי האָפֿט צו שפּילן אין דער „פֿאָלקסבינע‟ אַפֿילו אין 10-20 יאָר אַרום, אויב ס’וועט זײַן אַן אויפֿפֿירונג וואָס ס‘וועט זי פֿאַראינטערעסירן און סטימולירן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.