ירושלים. — איך בין געוואָרן שאָקירט, ווען כ׳האָב זיך דערוווּסט וועגן דער עקלדיקער קאָנפֿראָנטאַציע קעגן פֿרויען בײַם כּותל-המערבֿי. די אָנפֿאַלער, על-פּי־רובֿ חרדישע מענער, האָבן געוואָרפֿן שטיינער מיט געשרייען אויף אַרום 100 פֿרויען פֿון דער תּפֿילה-גרופּע „נשות-הכּותל‟, וועלכע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט ראָש־חודש צו דאַוונען. דערנאָך אָבער, האָב איך אַ טראַכט געטאָן און באַשלאָסן, אַז איך בין דווקא צופֿרידן מיט דער דאָזיקער מלחמה; אַדרבה, ס׳איז אַ גוטער סימן, צוליב אַ צאָל סיבות.
די חרדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן פֿאַרזאַמלט 6,000 פֿרומע מיידלעך, כּדי צו באַטייליקן זיך אין דער דעמאָנסטראַציע. ווי די פֿעמעניסטישע אַקטיוויסטקע ענת האָפֿמאַן האָט גאַנץ ריכטיק באַמערקט, האָבן אַ טייל פֿון די דאָזיקע מיידלעך זיך געחידושט, פֿאַרוואָס אַ קליינע צאָל טראַדיציאָנעל-אָנגעטאָנע פֿרויען, וועלכער האָבן געטראָגט טליתים, האָבן אַרויסגערופֿן אַזאַ ספּעקטאַקל בײַ די שרײַענדיקע חרדישע מענער? די חרדישע פֿירער שיקן כּסדר יונגע ישיבֿה-בחורים אויף די „באַריקאַדעס‟ — אָבער, געוויינטלעך, נישט מיידלעך. עס באַקומט זיך, אַז צווישן די חרדים פֿאַרשפּרייט זיך אַן אייגענער מין פֿרויען-אַקטיוויזם.
צווייטנס, גיבן די דאָזיקע אָנגריפֿן צו ענערגיע צו די אַמעריקאַנער ייִדן. יעדע ייִדישע צײַטונג אין אַמעריקע האָט לעצטנס געווידמעט לייט-מאַטעריאַלן דער דאָזיקער טעמע. כּל-זמן די „מלחמה‟ בײַם כּותל גייט אָן ווײַטער, אַלץ מער וועלן די אַמעריקאַנער ייִדן קעמפֿן פֿאַר רעליגיזער פֿרײַהייט אין ישׂראל — און די תּירוצים מצד די ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן וועלן זיי נישט באַרויִקן.
דריטנס, מיינט עס, אַז די קעמפֿער פֿאַר רעליגיעזער פֿרײַהייט — סײַ אין אַמעריקע, סײַ אין ישׂראל — האָבן קלאָר געוויזן, אַז זיי וועלן זיך נישט אונטערגעבן. געוויינטלעך, ווען אַן ערנסטער רעליגיעזער קריזיס פֿלאַקערט אויף אין ישׂראל, גיט די ישׂראלדיקע רעגירונג עפּעס אַ תּירוץ; די אַמעריקאַנער הערן זיך צו און פֿאַרלירן דעם אינטערעס צו דעם קאָנפֿליקט. אַ גאַנצע ריי סקאַנדאַלן און סיכסוכים האָט צו טאָן מיטן גירות; די ישׂראלדיקע רעגירונג אָנערקענט נישט תּמיד די אויסלענדישע גרים. דערווײַל האָט מען אָבער ווייניק געטאָן, כּדי צו לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם. אינעם פֿאַל פֿון די „נשות-הכּותל‟ האָבן די ייִדן אין אַמעריקע אָבער געוויזן, אַז זיי ווילן נישט אָננעמען קיין תּירוצים.
די פֿערטע סיבה באַשטייט אין דעם, וואָס די אַנומלטיקע דעמאָנסטראַציעס זענען זיכער געווען אָרגאַניזירט מיט דער הילף פֿון די חרדישע פֿירער. אַז מע האָט געוואָרפֿן שטיינער, געשפּיגן אויף די פֿרויען, געשריגן פֿאַרשיידענע לאָזונגען, איז עס אַ קלאָרער סימן, אַז די רבנים האָבן אַזאַ אויפֿפֿירונג גוטגעהייסן. מע וואָלט געקאָנט מאַכן אַ שטילע דעמאָנסטראַציע, מיט דרך-ארץ לגבי דער פֿרויען-גרופּע; ניין, האָבן די פּראָטעסטירער אויסגעקליבן דווקא אַן עקלדיקן וועג.
ס׳איז אויך וויכטיק, אַז די דאָזיקע געשעענישן ווײַזט אַרויס אַ סימן פֿון מעגלעכע ערנסטע בײַטן אין ישׂראל, מכּוח רעליגיעזער פֿרײַהייט. כּל-זמן דער מצבֿ דאָרטן בלײַבט דער זעלבער — זאָל די „מלחמה‟ בײַם כּותל אָנגיין ווײַטער; זאָלן די פֿרויען ווײַזן, אַז זיי וועלן זיך נישט אונטערגעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.