נישט גענוג פֿרום

פֿון שלום דין (Unpious)

Published May 21, 2013, issue of June 07, 2013.
קעלי מיצנער
קעלי מיצנער

מאָנסי, שטאַט ניו-יאָרק. — אַ 32־יאָריקע פֿרוי פֿון מאָנסי — אַ שטעטל נישט ווײַט פֿון ניו-יאָרק, וווּ עס וווינען אַ סך חסידים — האָט פֿאַרלוירן דאָס אויפֿזיכט-רעכט איבער אירע קינדער צוליב איר „אומאַדעקוואַטער רעליגיעזער אויפֿפֿירונג‟, ווי די ריכטערין האָט דערקלערט.

קעלי מיצנער, אַ מאַמע פֿון דרײַ קינדער פֿון 5 ביז 8 יאָר אַלט, האָט געמוזט זיי אָפּגעבן דעם טאַטן, לויטן אַנומלטיקן געריכט-באַשלוס, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די קינדער זענען געווען צופֿרידן צו לעבן מיט דער מאַמען און האָבן אַליין געבעטן צו בלײַבן מיט איר.

דעם 22סטן אַפּריל האָט שערי אײַזענפּרעס, די ריכטערין פֿונעם משפּחה-געריכט אין ראָקלענד-קאַונטי, באַפֿוילן איבערצוגעבן די קינדער אונטער דעם פֿאָטערס אויפֿזיכט. די ריכטערין האָט באַמערקט, אַז די קינדער האָבן „בפֿירוש געוואָלט‟ צו בלײַבן מיט זייער מאַמען, אַז די מאַמע איז געווען זייער הויפּט-דערציִער, אַז די קינדער זענען געווען „שטאַרק צוגעבונדן‟ צו איר, און אַז זי האָט זיך פֿאַרנומען אַ סך אַקטיווער און ערנסטער מיט די קינדער, ווי דער טאַטע. פֿונדעסטוועגן, האָט אײַזענפּרעס געפּסקנט, אַז צוליב דעם, וואָס די מאַמע היט נישט גענוג שטרעגנ די הלכה, וואָלטן די קינדער געוואָרן „געפֿערלעך צעמישט‟, אויב זיי וואָלטן ווײַטער געלעבט מיט איר.

דער מישפּט איז אויך געווען קאָמפּליצירט צוליב דעם, וואָס די מאַמע האָט באַשולדיקט דעם טאַטן אין שלאָגן און סעקסועל באַלעסטיקן די קינדער. די ריכטערין האָט זיך משער געווען, אַז קעלי מיצנער האָט אויסגעטראַכט די דאָזיקע מעשׂים, כּדי צו געווינען דעם פּראָצעס. דאָס געריכט האָט אָבער אָנערקענט, אַז דער טאַטע האָט נישט זעלטן געשטראָפֿט זײַנע קינדער מיט פֿיזישע מיטלען און האָט זיך מיט זיי גראָב אויפֿגעפֿירט.

ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער דאָזיקער קאָנטראָווערסיע, האָט מען דעם 14טן מײַ אָפּגענומען די קינדער בײַ דער מאַמען און דערווײַל געשיקט זיי צו אַ פֿרעמדער משפּחה — ביז מע וועט נישט אויסקלאָרן די באַשולדיקונגען קעגן דעם פֿאָטער. מיצנער האָט איבערגעגעבן, אַז זי קאָן נישט שלאָפֿן און „ממש ציטערט‟ פֿון דעם, וואָס זי קאָן נישט מער זען אירע באַליבטע קינדער.

קעלי מיצנער איז אויפֿגעוואַקסן אין בריק, אַ שטעטל אינעם שטאַט ניו-דזשערזי, אין אַ וועלטלעכער ייִדישער משפּחה. כּמעט מיט אַ צענדליק יאָר צוריק, ווען זי איז געווען 23 יאָר אַלט, האָט זי אָנגעהויבן זיך חבֿרן מיט די סאַטמאַרער חסידים. אין דזשערזי, ווי זי האָט דערציילט, האָט זי געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם. אַ טייל קריסטלעכע משפּחות האָבן נישט געלאָזט זייערע קינדער צו שפּילן זיך מיט איר, ווײַל זי איז אַ ייִדיש מיידל; עמעצער האָט אָנגעצייכנט האַקנקרייצן לעבן איר הויז. זי האָט געטראַכט, אַז בײַ די סאַטמאַרער חסידים וועט זי געפֿינען אַן עכט שיינע סבֿיבֿה, וווּ זי וועט זיך פֿילן אין דער היים.

ווען מיצנער איז געוואָרן אַ בעל-תּשובֿהניצע, האָבן די חסידים אָנגעהויבן אָנטראָגן פֿאַרשיידענע שידוכים פֿאַר איר. אין גיכן, האָט זי געפֿונען אַ סאַטמאַרער בחור און מיט אים חתונה געהאַט. שפּעטער האָט זי אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז בעל-תּשובֿות ווערן באַטראַכט אין די „היימישע‟ קהילות ווי צווייט-קלאַסיקע מענטשן, ווען עס קומט צו שידוכים. זי האָט זיך באַצויגן צו דער חסידישער ייִדישקייט זייער ערנסט, אָבער די פּאָטענציעלע חתנים זענען געווען נישט-ערנסטע „אָפּגעפֿאָרענע‟ מענער.

ווען זי האָט זיך באַקענט מיט איר קומענדיקן מאַן, האָט זי איינמאָל געהאַט אַ סעקסועלע פֿאַרבינדונג מיט אים. באַלד נאָך דער חתונה, האָט איר מאַן געקויפֿט אַ טעלעוויזאָר — אַ פֿאַרבאָטענע „טמאנע כּלי‟, לויט די סאַטמאַרער סטאַנדאַרטן. די יונגע פֿרוי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז איר מאַן פֿאָלגט נישט צו שטרענג די הנהגות פֿון דער חסידישער קהילה.

דער זיווג איז זיך גיך צעפֿאַלן. גלײַך נאָך דער חתונה, ווען דאָס פֿאָרפֿאָלק איז געקומען בײַנאַכט אַהיים, איז איר מאַן געגאַנגען שלאָפֿן, זיך צוהערנדיק צו מוזיק, נישט אַרויסווײַזנדיק קיין אינטערעס צו איר. זײַענדיק אַן „עכטער‟ אײַנגעבוירענע חסיד, האָט ער כּסדר געטענהט, אַז זי איז נישט גענוג פֿרום פֿאַר אים.

דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין מאָנסי און געהאַט דרײַ קינדער — אַ קינד יעדעס יאָר. פֿון יאָר צו יאָר, איז די באַציִונג צווישן דעם פּאָרפֿאָלק געגאַנגען אַלץ ווײַטער באַרג-אַראָפּ. די רבנים און קהילה-טוער האָבן נישט געקאָנט זיי העלפֿן. אַדרבה, ווי מיצנער האָט געטענהט, האָבן זיי בפֿירוש געמאָלדן, אַז זי מוז זײַן שולדיק, ווײַל זי ווייסט נישט, ווי אַזוי זיך ריכטיק אויפֿצופֿירן, ווײַל זי איז נישט דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרומער משפּחה.

די דאָקטוירים האָבן געשטעלט אַ דיאַגנאָז, אַז איר מאַן לײַדט פֿון היפּעראַקטיווקייט צוליב אויפֿמערק־מאַנגל (ADHD), ווײַל ער פֿלעגט ווערן שטאַרק אין כּעס אָן אַ סיבה. זי האָט אָבער אָנגענומען זײַן פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעם מיט סימפּאַטיע; ווי אַ קינד, איז ער געוואָרן אַ יתום אין אַ יונגער עלטער, און אַ סך געליטן פֿון דעם.

ווײַטער איז דער מצבֿ געוואָרן ערגער. איינמאָל האָט איר מאַן געסטראַשעט צו דערשטיקן איר נישט-חסידישע חבֿרטע מיט אַ גאַרטל, אויב זײַן פֿרוי וועט זיך ווײַטער האַלטן בקשר מיט איר. אַן אַנדערש מאָל האָט ער זיך אויפֿגעריסן אין כּעס און דורכגעבראָכן אַ לאָך אין דער וואַנט, איבערשרעקנדיק די קינדער.

אין נאָוועמבער 2011, האָט מיצנער באַמערקט אויף אירע קינדער סימנים פֿון פֿיזישער און סעקסועלער באַלעסטיקונג. זי האָט באַשלאָסן, אַז איר מאַן האָט עס געטאָן, און זיך געווענדט צו די מלוכישע אינסטאַנצן. באַלד נאָך דער דאָזיקער מעשׂה האָט דאָס פּאָרפֿאָלק זיך געגט. די מאַמע גלייבט, אַז איר געוועזענער מאַן האָט געדונגען אַ טײַערן הויך-פּראָפֿעסיאָנעלן אַדוואָקאַט, מיט דער הילף פֿון דער חסידישער קהילה, וועלכער האָט געטענהט, אַז זי האָט זיך אָפּגעשיידן צו ווײַט פֿון די חסידים. מיצנער האָט דערציילט, אַז זי האָט באַקומען טעלעפֿאָן-דראָונגען. נאָך אַ בקשה פֿון אַ רבֿ, האָט אירער אַ שכן אינסטאַלירט בײַ זיך אַ ווידעאָ-קאַמערע, דורך וועלכער מע האָט געקאָנט זען איר היים; מיצנער גלייבט, אַז די חסידים האָבן אָנגעהויבן צו שפּיאָנירן נאָך איר. זי אַליין האָט נישט געהאַט גענוג געלט צו דינגען אַן אַדוואָקאַט.

די ריכטערין האָט נישט קיין פּערזענלעכע טענות צו מיצנערס דערווײַטערונג פֿון די חסידים. זי האָט באַשלאָסן, אַז פֿאַר די חסידיש-דערצויגענע קינדער וואָלט געווען צו שווער צו לעבן „צווישן צוויי וועלטן‟. צווישן אַנדערע פּרטים, האָט דאָס געריכט באַמערקט, אַז די מאַמע קאָן דערלאָזן די קינדער צו קוקן טעלעוויזיע און באַנוצן זיך מיט אַ קאָמפּיוטער, וואָס האָט אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ.

די מאַמע האָט אָפּגעוואָרפֿן די דאָזיקע טענות און באַטאָנט, אַז די קינדער זענען שוין דערצויגן געוואָרן „צווישן צוויי וועלטן‟. זיי זענען אין וואַרעמע באַציִונגען מיט זייער וועלטלעכער באָבען, און זענען שוין באַקאַנט מיט דער דרויסנדיקער וועלט, מחוץ דער חסידישער קהילה. דערווײַל, אָבער, האָט מען איבערגעגעבן די קינדער צו אַ פֿרעמדער חסידישער משפּחה — די מאַמע ווייסט נישט, וווּ זיי זענען הײַנט.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, לייענט ווײַטער בײַ:

//www.unpious.com/2013/05/ex-hasidic-mother-loses-custody-of-children/