ניו-יאָרק. — אַ צאָל ייִדישע גרופּעס האָבן פֿאָרגעלייגט זייער הילף די אײַנוווינער פֿונעם שטעטל מור, שטאַט אָקלאַהאָמע, וועלכע האָבן געליטן פֿון אַ קאַטאַסטראָפֿישן טאָרנאַדאָ. דער ראַבינער ריק דזשייקאָבס, דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿאַר רעפֿאָרם-ייִדישקייט‟, האָט דינסטיק, דעם 21סטן מײַ, איבערגעגעבן, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע וועט זאַלמען שטיצע-געלט פֿאַרן אַמעריקאַנער „רויטן קרייץ‟ און אַנדערע הילף-אָרגאַניזאַציעס, כּדי צו העלפֿן די קרבנות פֿונעם שטורעם. דזשייקאָבס האָט צוגעגעבן, אַז „אונדזערע משחבֿות און תּפֿילות זענען מיט די, וואָס האָבן געליטן פֿון דער דאָזיקער שוידערלעכער טראַגעדיע‟. דער ראַבינער האָט דערקלערט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע וועט אויך, אויב עס וועט זײַן נייטיק, העלפֿן אויף אַלע אַנדערע מעגלעכע אופֿנים און, מסתּמא, שיקן וואָלונטירן אינעם געליטענעם ראַיאָן, כּדי אויסצורייניקן דאָס שטעטל און איבערבויען די צעבראָכענע הײַזער.
די דאַך-אָרגאַניזאַציע „ייִדישע פֿעדעראַציע פֿון צפֿון-אַמעריקע‟ (JFNA) האָט אויך געגרינדעט אַ ספּעציעלן פֿאָנד, כּדי צו שטיצן די ייִדישע פֿעדעראַציע אין אָקלאַמאָהע-סיטי, וועלכע שטרעבט צו העלפֿן די געליטענע. מיכאל סג״ל, דער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאָרשטייער-ראַט בײַ JFNA, האָט אויסגעדריקט זײַן מיטגעפֿיל צו די געליטענע און די, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייערע פֿרײַנד און קרובֿים בעת דער קאַטאַסטראָפֿע. ער האָט באַזונדערס דערמאָנט די שרעקלעכע טראַגעדיע אין דער אײַנגעפֿאַלענער עלעמענטאַר-שול, וועלכע איז געווען פֿול מיט קינדער און לערער.
די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע „בני-ברית‟ האָט געעפֿנט איר פֿאָנד, וועלכער העלפֿט די געליטענע פֿון פֿאַרפֿלייצונגען, טאָרנאַדאָס און הוראַגאַנען.
דער ליובאַוויטשער קהילה-צענטער פֿון דרום-אָקלאַהאָמע האָט געעפֿנט זײַן בנין ווי אַ מקום-מיקלט פֿאַר די קרבנות און אָנגעהויבן זאַמלען די נייטיקע פּראָדוקטן און מאַטעריאַלן פֿאַר די געבליבענע אָן אַ היים צוליב דעם טאָרנאַדאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.