דזשודיט מאַלינאַ, מיטגרינדערין פֿונעם אַוואַנגאַרדישן „Living Theater‟ האָט קיין מאָל נישט געוואָלט אַרײַנגיין אין אַ היים פֿאַר עלטערע לײַט. אָבער זי איז זיך מודה, אַז עס געפֿעלט איר די גאָרטנס פֿון דער „היים פֿאַר אַקטיאָרן אויפֿן נאָמען פֿון ליליאַן בוט‟ אין ענגעלוווּד, ניו־דזשערזי. זי געפֿינט זיך כאָטש צווישן אייגענע.
„דער אַקטיאָרן־פֿאָנד‟ האָט געשאַפֿן די 111־יאָריקע אינסטיטוציע פֿאַר אַלע מענטשן, וועלכע האָבן געאַרבעט אויף, אָדער הינטער, דער בינע און דאַרפֿן הילף אויף די עלטערע יאָרן. הײַנט וווינען 124 מענטשן אינעם אָפּטייל פֿון דער „היים‟, וווּ מע דאַרף נישט אַזוי פֿיל באַדינונג, און 82 מענטשן אינעם מושבֿ־זקנים.
יעדע פּאָר וואָכן באַזוכן די „היים‟ הײַנטיקע אַקטיאָרן און קאָמיקער שפּילן פֿאַר די אײַנוווינער. נישט געקוקט אויף דער פֿאַרווײַלונג, טאָר מען נישט טאָן אַלץ וואָס מע וויל. מאַלינאַ, 86 יאָר אַלט, באַקלאָגט זיך וואָס זי קען נישט בענטשן די שבת־ליכט. „איך האָב בײַ זיי געבעטן, אַז עמעצער זאָל שטיין אין אַ ווינקל מיט אַ פֿײַער־אויסלעשער בשעת איך צינד די ליכט, אָבער זיי זאָגן ׳ניין‘ און ׳ניין׳ און האָבן מיר געגעבן צוויי עלעקטרישע ליכט‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיין מאַריכואַנאַ, וואָס מאַלינאַ פֿלעג רייכערן אין דער עפֿנטלעכער געזעלשאַפֿט, טאָר זי אויך נישט האָבן.
ביז פֿעברואַר 2013 האָט זי געוווינט אויף קלינטאָן־סטריט אויף דער איסט־סײַד, איבערן טעאַטער וואָס זי און איר ערשטער מאַן דזשוליאַן בעק האָבן געשאַפֿן אין 1946. זייער טעאַטער איז, דער עיקר, געווען געצילט אויף קאָמונאַלע פֿאָרשטעלונגען אויף אַנאַרכיסטישע טעמעס, רעוואָלוציאָנערישע אויסגעשרייען פֿונעם עולם, און באַטייליקונג פֿון די צושויער. די טרופּע איז אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט. אָבער נישט געקוקט אויף די בײַשטײַערן פֿון באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן ווי יאָקאָ אָנאָ און אַל פּאַטשינאָ, האָט מען נישט געקענט באַצאָלן די 20,000$ אַ חודש.
„די רעגירונג האָט אונדז נישט געוואָלט סובסידירן — אַן אַנאַרכיסטישע גרופּע וואָס האָט געוואָלט אָפּשאַפֿן געלט אין גאַנצן. מיר וועלן סײַ ווי סײַ ווײַטער שאַפֿן פּיעסעס פֿאַר פֿאַרשיידענע אַנדערע טעאַטערס.‟ האָט זי באַטאָנט. ווען איך בין געווען בײַ איר צו גאַסט, האָט מאַלינאַ זיך געקליבן צו פֿאָרן קיין ניו־יאָרק, פֿאָרצושטעלן די נײַסטע פּיעסע אין אַ לאַטינאָ־טעאַטער אויף דער איסט־סײַד. איצט פּלאַנירט זי צו שרײַבן צוויי נײַע פּיעסעס: איינע פֿאַר דעם „Living Theater‟, און די צווייטע פֿאַר דער „היים‟, וווּ זי וווינט הײַנט. די צווייטע פּיעסע וועט דערציילן וועגן די בזיונות פֿון ווערן אַלט, דעם אומדרך־ארץ, וואָס מע ווײַזט אַרויס דעם עלטערן דור. „די פּראָבלעם איז הײַנט ערגער ווי פֿריִער,‟ זאָגט זי. זי האָפֿט, אַז אירע מיטוווינער אינעם וווין־אָרט וועלן אויסשפּילן די ראָלעס.
מאַלינאַ האַלט זיך פֿאַר אַן „אַפּיקורסישן ייִד‟, וועלכער באַשליסט אַליין וואָסערע טראַדיציעס זי וויל יאָ, אָדער נישט, אָננעמען. זי פֿאַסט יום־כּיפּור און עסט מצה פּסח, אָבער די הגדה, וואָס מע האָט געלייענט בײַ די סדרים פֿונעם „Living Theater‟ זענען „נישט געווען סעקסיסטיש, און נישט ראַסיסטיש‟.
אַן ערך 35% פֿון די אײַנוווינער אין דער „היים‟ זענען ייִדן. צווישן די פּענסיאָנירטע טעאַטער־לײַט טרעפֿט מען: די 97־יאָריקע דזשעני שולמאַן, אַ טענץ־קריטיקערין פֿאַר 50 יאָר; שאַרלאָט פֿיירטשײַלד, וועלכע האָט געשפּילט אויף בראָדוויי אין באַקאַנטע ספּעקטאַקלען; דזשאָן סטײַן, אַ פּיאַיניסט אויף טעלעוויזיע אין די 1950ער יאָרן. שולמאַן דערציילט, אַז ייִדישקייט איז תּמיד געווען וויכטיק אין איר לעבן. דער חזן פֿלעגט קומען צו זיי אַהיים און זינגען לידער מיט איר מאַמען. סטײַן האַלט, אַז ווען זי שפּילט פּיאַנע, איז דאָס איר אופֿן פֿון דאַוונען.
מאַלינאַס טאַטע איז געווען אַ קאָנסערוואַטיווער ראַבינער פֿאַר דײַטש־ייִדישע מנינים אין ניו־יאָרק. איר מאַמע איז געווען אַן אַקטריסע. זי באַטראַכט די וויזיע פֿון איר טעאַטער ווי אַ ייִדישלעכע. „גאָט איז איינס — דאָס איז דאָך דער עיקר בײַ ייִדן; אַלץ איז פֿאַראייניקט, מיר זענען אַלע פֿאַראייניקט… מײַן פּאַציפֿיזם, מײַן פּאָליטיק, מײַן קונסט איז אַלץ געבויט אויפֿן גלייבן, אַז ׳גאָט איז איינס׳. קדושה איז אונדזער פֿאַראייניקונג און יעדע פּיעסע וואָס מיר שטעלן פֿאָר, איז וועגן דעם. סוף־כּל־סוף, וועלן מיר קענען דערגרייכן אַ שיינע אַנאַרכיסטישע רעוואָלוציע אָן בלוט־פֿאַרגיסונג. פֿאַר מיר הייסט דאָס — פֿאַראייניקונג.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.