„דו לײַדסט פֿון נאַכט־בלינדקייט‟, האָט דער ישׂראלדיקער מיליטער־דאָקטער דערקלערט בעת מײַן אונטערזוכונג. „לויטן געזעץ ביסטו באַפֿרײַט פֿון דינען.‟
דער דיאַגנאָז האָט מיך איבערגעשראָקן. איך טראָג ברילן זינט איך בין דרײַ יאָר אַלט, אָבער ס׳איז מיר קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז איך וועל צו 18 יאָר פֿאַרלירן די ראיה.
ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז דער דיאַגנאָז נישט אַזוי ערנסט; ס׳מיינט פּשוט, אַז מײַנע אויגן געוווינען זיך נישט צו צו דער פֿינצטער אַזוי גיך ווי בײַ אַנדערע. איצט אָבער האָב איך געדאַרפֿט פֿאַרדייען די גרויסע נײַעס: איך דאַרף נישט דינען אין מיליטער.
ווי אַ מוזיקער, האָב איך סײַ־ווי נישט געוואָלט גיין אין די פֿוסטריט פֿון מײַן טאַטן, וועלכער האָט געדינט אינעם אַרטילעריע־אָפּטייל בעת דער ערשטער לבֿנון־מלחמה אין 1982. איז מיר איצט אַ שטיין אַראָפּ פֿון האַרצן, וואָס איך בין באַפֿרײַט פֿון שלאַכט. פֿון דעסטוועגן, האָב איך פֿאָרט געוואָלט דינען אין מיליטער; דאָס איז דאָך אַן אינטעגראַלער טייל פֿון זײַן אַ ישׂראלי.
האָב איך באַשלאָסן זיך אויסצופּרוּוון, ווי הונדערטער אַנדערע מוזיקער, ווי אַ פּיאַניסט אינעם צה״ל־אָרקעסטער. מע האָט מיך טאַקע אָנגענומען.
דער אָרקעסטער באַשטייט פֿון 60 מוזיקער און רעפּרעזענטירט צה״ל בײַ וויכטיקע צערעמאָניעס און אונטערנעמונגען, ווי, למשל, באַנקעטן פֿאַר אויסלענדישע פּרעזידענטן און פּאָליטישע פֿיגורן. איך בין אויפֿגעטראָטן פֿאַר דיפּלאָמאַטן, פּרעמיערן, געשפּילט מיט באַרימטע אַרטיסטן און אַפֿילו אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט דרײַ מאָל, כּדי צו זאַמלען געלט פֿאַר צה״ל. צום באַדויערן, האָט עס מיר נישט געהאָלפֿן בײַם קריגן אַ מיידל — אָדער אַפֿילו אַ ראַנדקע.
איין אָוונט אין אַ תּל־אָבֿיבֿער באַר האָב איך דערזען אַ שוואַרץ־חנעוודיק מיידל, אַ ביסל עלטער פֿון מיר, אין די אָנהייב־20ער. כ׳האָב זי באַגריסט און געפֿרעגט, צי דאָס אָרט לעבן איר איז פֿרײַ. „דינט איר אין צה״ל?‟ האָט זי געפֿרעגט, אָן צו ענטפֿערן אויף מײַן פֿראַגע.
„איך בין אַ פּיאַניסט אינעם צה״ל־אָרקעסטער,‟ האָב איך, אַ שטאָלצער, געזאָגט.
שאַ־שטיל. קיין אויסדרוק אויף איר פּנים האָב איך נישט געזען. „אַנטשולדיקט, איך דאַרף זיך גיין טרעפֿן מיט פֿרײַנד,‟ האָט זי געזאָגט, און מיך פֿאַרלאָזט בײַם באַרשטול, אַ צעטומלטן. האָב איך שלעכט אויסגעזען? האָב איך עפּעס געזאָגט נישט ריכטיקס?
די זעלבע סצענע האָט זיך איבערגעחזרט אויף מסיבות און אין די באַרן אין אילת, ירושלים און רעננה. כ׳האָב אײַנגעזען, אַז מײַן בכּבֿודיקע שטעלע אין אַרמיי איז נישט אַזוי בכּבֿודיק בײַ די מיידלעך. זיי געפֿעלן, אַ פּנים, גיכער דימיליטער־לײַט ווי די מוזיק־לײַט.
כ׳האָב טאַקע קיין מאָל נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס פֿרויען חלשן נאָך סאָלדאַטן מיט ביקסן; אפֿשר מאַכט עס די מענער אויסזען מער מענעריש. הייסט עס, אַז איך בין ווייניקער מענעריש, ווײַל איך האָב נישט געקעמפֿט אויפֿן פֿראָנט? פֿאַר וואָס איז דאָס שפּילן מוזיק פֿאַררעכנט פֿאַר ווייניקער מאַנצביליש?
נאָכן דינסט האָב איך ממשיך געווען מײַן מוזיקאַלישע קאַריערע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. כ׳בין געווען 22 יאָר אַלט, און איך האָב זיך איבערגעקליבן אין אַ דירה אין דזשערזי־סיטי, ניו־דזשערזי. איין אָוונט, אין אַ באַר נאָענט צו מײַן הויז, האָב איך זיך צוגעשאַרט צו אַ שיין אַמעריקאַנער מיידל, דניאלה. כ׳האָב איר געזאָגט, אַז איך בין אַ מאָל געווען אַ סאָלדאַט אין צה״ל. צוליב דעם וואָס דאָס דינען אין מיליטער איז אַ סך זעלטענער אין אַמעריקע איידער אין ישׂראל, האָב איך געהאָפֿט, אַז זי וועט אָפּשאַצן מײַן מיליטערישן דינסט מער ווי די ישׂראלדיקע מיידלעך.
„האָסטו אַ מאָל געשאָסן פֿון אַ ביקס?‟
„יאָ, אָבער בלויז בעת דער טרענירונג,‟ האָב איך געענטפֿערט. כ׳האָב גלײַך דערזען, אַז זי האָט פֿאַרלוירן דעם אינטערעס. וועט מײַן גורל מיט די אַמעריקאַנער מיידלעך זײַן פּונקט ווי מיט די ישׂראלדיקע?
איין מאָל, בעת א סקי־וואַקאַציע אין עסטרײַך מיט דרײַ אַנדערע „דזשאָבניקים‟ (צה״ל־סאָלדאַטן, וועלכע קעמפֿן נישט אויפֿן פֿראָנט), האָבן מיר באַשלאָסן צו „פֿאַרשענערן‟ אונדזערע געשיכטעס אין מיליטער.
„איז דאָס אָרט פֿאַרנומען?‟ האָב איך געפֿרעגט אַ בלאָנדע פֿראַנצויזישע טוריסטקע.
„ניין, איר קענט דאָ זיצן,‟ האָט זי געענטפֿערט מיט אַ שווערן אַקצענט. מיט עטלעכע מינוט שפּעטער שטעלט זי די מיליאָן־דאָלאַרדיקע שאלה: „וואָס טוט איר?‟
דאָס מאָל בין איך געווען גרייט. „איך בין אַ קאַמף־סאָלדאַט אינעם ישׂראלדיקן מיליטער.‟
מײַן ענטפֿער איז איר, אַ פּנים, געפֿעלן געוואָרן, אָבער אינעווייניק האָב איך זיך נישט געפֿילט אַזוי ניחה. דאָס איז געווען דער ערשטער ליגן, וואָס איך האָב אַ מאָל געזאָגט וועגן מײַנע אַרמיי־יאָרן. כ׳האָב אויסגעפּרוּווט דעם זעלבן ענטפֿער אויף אַנדערע פֿרויען בעת מײַן סקי־וואַקאַציע, אָבער זיך געפֿילט שולדיק יעדעס מאָל, וואָס אַ פֿרוי האָט מיר געגלייבט.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק, זיצנדיק אין אַ באַר אין גרעניטש־ווילעדזש, האָב איך זיך באַגריסט מיט אַ שיינער פֿרוי מיט בלויע אויגן.
„וואָס טוט איר?‟ האָט זי געפֿרעגט, זיפּנדיק אַן עפּל־מאַרטיני.
„כ׳האָב ערשט פֿאַרענדיקט מײַן דינסט אינעם מיליטערישן אָרקעסטער אין ישׂראל. איצט אַרבעט איך ווי אַ דזשעז־פּיאַניסט.‟
„זייער שיין!‟ האָט זי באַמערקט. מיר האָבן פֿאַרפֿירט אַ שמועס, וואָס האָט זיך געצויגן שעהען לאַנג, און זי האָט מיר געגעבן איר טעלעפֿאָן־נומער.
ווײַזט אויס, אין דער קינסטלערישער געזעלשאַפֿט פֿון מאַנהעטן, איז אַ פּיאַנע אויך אַ נשקשהדיק געווער…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.