איך געדענק יענעם טאָג, מיט קנאַפּע זעקס יאָר צוריק, ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געלייענט דעם „פֿאָרווערטס‟. איך בין געווען ווירקלעך דערשטוינט פֿון דער הויכער קוואַליטעט פֿון די אַרטיקלען, דער רײַכער שפּראַך, דעם אײַנגעהאַלטענעם טאָן פֿון די שרײַבער.
דאָס ווערט נישט געבראַכט לשם לויב-געזאַנג און רעקלאַמע, נאָר כּדי אויפֿצוקלערן, ווי נידעריק איז דער ניוואָ פֿון די היגע העברעיִשע צײַטונגען, צו וועלכן מ‘האָט צוגעוווינט דעם דורכשניטלעכן לייענער. אַזוי גייט שוין אָן נישט איין יאָר, און אין דער לעצטער צײַט איז זי געוואָרן נאָך ערגער. וואָס האָט גורם געווען דעם אָנגייענדיקן באַרג־אַראָפּ פֿון דער פּרעסע? די געוויינטלעכע ענטפֿערס וואַרפֿן די שולד אויף די לייענער: זיי קוקן זיך אָן מיט טעלעוויזיע, געוואָרן אומגעדולדיק און אויבערפֿלעכלעך.
עס קען גרײַלעך זײַן, אַז עפּעס שטעקט אין אָט די טענות, אָבער כּדי צו פֿאַרשטיין דעם מצבֿ פֿון דער ישׂראל־פּרעסע, איז כּדאַי צו מאַכן אַ קורצן איבערבליק איבער דעם כאַראַקטער פֿון דעם היגן זשורנאַליזם; אַ בליק אויף צוריק וועט באַשטעטיקן, אַז די ישׂראל־פּרעסע האָט געליטן פֿון אַן ענגער פּאַרטיייִשקייט שוין אין די ערשטע טעג פֿון דער מדינה. די צײַטונג „דבר‟ איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿון דער הסתּדרותּ און אייגנטלעך געדינט ווי אַן אַגיטאַטאָר פֿאַר מפּא”י; „על-המשמר‟ איז געווען די צײַטונג פֿון מפּ”ם; „הצופה‟ — פֿון „המזרחי‟.
אַנדערע פּאַרטייען און שטראָמען האָבן אויך פֿאַרמאָגט אַן אייגענע צײַטונג אָדער כאָטש אַ וועכנטלעכע, אָדער חודשלעכע אויסגאַבע. יעדנפֿאַלס, די אידעאָלאָגישע באַפֿאַרבונג איז געווען גאָר בולט. קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן זי צו באַהאַלטן. נאָך מער: די פּאָליטישע עסקנים זענען געווען רעדאַקטאָרן, ווי בערל קאַצענעלסאָן אין „דבר‟. עס איז געווען ווייניק אָרט פֿאַר „סקופּן‟, אויפֿטרייסלענדיקע אַנטפּלעקונגען און טיפֿע באַהאַנדלונגען פֿון פֿאַרשיידענע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען; דער עיקר איז געווען — פּובליציסטיק און אידעאָלאָגיע.
אַזאַ ליניע איז געווען אַ נאַטירלעכער המשך צו דער ייִדישער און אַלגעמיינער פּרעסע אין מיזרח-אייראָפּע. איין אויסנאַם איז געווען „הארץ‟, אַ ליבעראַלע, פּריוואַטע, קאַפּיטאַליסטישע צײַטונג, וואָס פֿלעגט אַרויסטרעטן אַפֿילו קעגן דוד בן-גוריון.
מיט דער צײַט האָבן די פּאָליטישע אויסגאַבעס פֿאַרלוירן זייער פּאָפּולאַריטעט; די פּאַרטיייִשע צײַטונגען זענען אונטערגעגאַנגען איינע נאָך אַן אַנדערער. אינדיווידואַליזם און זאָרג פֿאַרן אייגענעם וווילשטאַנד האָבן געביטן די אידעאָלאָגיע.
עס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די איינציקע פּובליקאַציע (אָדער כאָטש פֿון די גאָר געציילטע) וואָס איז נאָך הײַנט ענג פֿאַרבונדן מיט אַ קלאָרער אידעאָלאָגישער ליניע, איז די ייִדישע „לעבנס־פֿראַגן‟.
הײַנט האָט די פּרעסע אָנגענומען די שטעלונג, אַז איר אָרט איז צו זײַן אַ וועכטער פֿון דעמאָקראַטיע. זי שטרעבט לכאורה צו זײַן מער אָביעקטיוו, בײַסיק, שאַרף, אָבער, נישט געקוקט אויף די באַמיִונגען, בלײַבט זי נאָך אַלץ דער פּויקער פֿון דעם אָדער יענעם שטראָם; זײַטיקע אינטערעסן און די פּאָליטישע נייגונגען שפּילן נאָך אַלץ אַ באַטײַטנדיקע ראָלע.
דאָס לעצטע כּפּרה-הינדל בײַ די זשורנאַליסטן איז געוואָרן דער ייִדיש-אַמעריקאַנער מאַגנאַט שעלדאָן איידלסאָן, אַ שטיצער פֿון נתניהו. איידלסאָן האָט געגרינדעט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק די צײַטונג „ישׂראל היום‟ (ישׂראל הײַנט), וואָס ווערט צעטיילט אומזיסט אויף די גאַסן. די קעגנער פֿון דער צײַטונג, דאָס הייסט, די איבעריקע פּרעסע, באַשולדיקט „ישׂראל היום‟ אין אַראָפּרײַסן דעם ניוואָ און פּרעסטיזש פֿון דעם העברעיִשן זשורנאַליזם און אינעם שטיצן אָפֿן די „ליכּוד‟־פּאַרטיי.
עס איז טאַקע אמת, אַז די צײַטונג שטיצט דעם „ליכּוד‟ און פֿאַרשווײַגט אָדער לכל-הפּחות פֿאַרמינערט די ענינים, וואָס קאָנען ברענגען צו פּאָליטישע שאָדנס פֿון נתניהו; אָבער די פּובליקאַציעס „ידיעות אחרונות‟ און „הארץ‟ פֿאַרקערט: צעפּויקן יעדער ברעקל ידיעה, וואָס קען פֿאַרשמוציקן נתניהו. געוויינטלעך (נישט תּמיד!), לאָזן זיך אויס אַלע „סקופּן‟ אין אַ בוידעם און דערמיט שעדיקן זיי דעם שם פֿון די צײַטונגען גופֿא.
צוויי זאַכן זענען קלאָר: אַלע גרויסע אויסגאַבעס זײַנען זייער ווײַט פֿון אָביעקטיווקייט, און „ישׂראל היום‟ איז נישט קיין אויסנאַם אין דעם. וואָס שייך דער אַזוי־גערופֿענער געלער פּרעסע, וואַקלט זיך „ידיעות אחרונות‟ שוין לאַנג אויף דער גרענעץ צווישן גלײַכבאַרעכטיקטער און געלער פּרעסע. נישט זעלטן גייט די צײַטונג מער אַריבער די גרענעץ פֿון דער געלער זײַט.
„הארץ‟, ווידער, שנײַדט זיך אויף זײַן אַן „ערנסטע‟ , „בכּבֿודיקע‟ צײַטונג, וואָס היט זיך פֿאַר געל ווי פֿאַר פֿײַער. ליידער, גראָד לעצטנס, אונטער אַ נײַעם רעדאַקטאָר זענען אירע קעפּלעך מער שרײַענדיק און אַגרעסיוו. זי שפּיגלט אָפּ — וואָס אַ מאָל אַלץ מער — דעם קליינעם קרײַז פֿון עקסטרעם־לינקע. לייענענדיק די אַרטיקלען, פֿאַרשטאַרקט זיך דער אײַנדרוק, אַז די צײַטונג לאָזט זיך טאַקע גיין אויף דעם „געלן שליאַך‟.
איך, אַן אַבאָנאַמענט פֿון „הארץ‟ כאַפּ זיך, לעצטנס, אַז איך לייען די איבערגעזעצטע אַרטיקלען פֿון „ניו-יאָרק טײַמס‟ און „גאַרדיאַן‟, און ווייניקער — די ישׂראלדיקע זשורנאַליסטן.
נאָך מער, הײַנט אין דער אינטערנעץ-עפּאָכע, ווערט אַ סך גרינגער צו פּאַקן אַ צײַטונג בײַ אַ גרײַז, אומפּינקטלעכקייט אָדער גאָר קלאָרער מאַניפּולאַציע פֿון פֿאַקטן. די אינטערנעץ שוויבלט מיט בלאָגס און וועבזײַטן, וואָס ווײַזן אָן אויף אָנצאָליקע גרײַזן אין אַלע צײַטונגען, אַרײַנגערעכט „הארץ‟. דער אינפֿאָרמאַציע-שטראָם רײַסט אונטער, אין אַ געוויסער מאָס, דעם פּרעסטיזש פֿון דער פּרעסע.
די ישׂראלדיקע צײַטונגען מאַכן נישט דערווײַל קיין חשבון-הנפֿש. זיי זענען פֿאַרטאָן אין קריגערײַען מיט „ישׂראל היום‟, אַגיטירן פֿאַר „זייערע‟ פּאָליטיקער, שרײַבן אויף אַ שלעכטן העברעיִש, באַקלאָגן זיך אויף דער לייענערשאַפֿט און אין צווישן, זינקען זיי אַלע, אויסער „ישׂראל היום‟, אין פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען.
אוי, געוואַלד, ווען וועט שוין קומען די גאולה?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.