ווען אַמאַנדאַ מעלפּאָלדער האָט אָנגעהויבן פּלאַנירן איר חתונה מיט דזשעף גרינבערג, האָט זי געהאָפֿט, אַז די צערעמאָניע וועט זײַן אַן אָריגינעלע.
נישט לאַנג נאָכן מגייר זײַן זיך מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט מעלפּאָלדער זיך אָנגעשלאָסן אין אַן אומאָפּהענגיקן מנין אין ברוקלין; וויל זי, אַז די חתונה אין יוני זאָל אָפּשפּיגלען די זעלבע קאָמונאַלע אַטמאָספֿער און צוזאַמענאַרבעט, וואָס זיי האָבן געפֿונען בײַ זייער מנין.
האָבן חתן־כּלה געבעטן זייערע פֿרײַנד אָנטיילנעמען אין דער חתונה אויף פֿאַרשידענע אופֿנים, ווי, למשל, אָנפֿירן מיטן דאַווענען אָדער דערקלערן פֿאַרן עולם וואָס עס שטייט געשריבן אין דער כּתובה. מעלפּאָלדער, וועלכע אַרבעט ווי אַ קעכין, האָט געזאַמלט רעצעפּטן פֿון די געסט, וואָס זי וועט אײַנבינדן אין אַ קאָכביכל און אויסטיילן ווי אַ סוּוועניר.
„צוליב דעם וואָס מיר האָבן אַליין געגרינדעט אונדזער קהילה, האָט זיך געלייגט אויפֿן שׂכל, אַז אונדזערע פֿרײַנד זאָלן אַלע שפּילן אַ ראָלע אין אונדזער חתונה,‟ האָט מעלפּאָלדער באַמערקט.
דאָס בציבורדיקע באַטייליקן זיך אין אַ חתונה קלינגט אפֿשר ווי אַ בײַטראָג פֿון דער „אינפֿאָרמאַציע־תּקופֿה‟, אָבער ס׳איז אין דער אמתן בלויז אַ גילגול פֿון אַן אַלטער ייִדישער טראַדיציע, האָט דערקלערט נאַהאַני רוס, אַ קינסטלערין, וואָס שאַפֿט אָריגינעלע חופּות פֿאַר חתן־כּלה. „מיר מאַכן אַן אָנשטעל, גלײַך ווי מיר וואָלטן ערשט אַנטדעקט דעם באַגריף פֿון אַ שטעטל, אָבער אַזוי איז אַמאָל טאַקע געווען: די גאַנצע קהילה איז געקומען צו דער חתונה און זי געפּראַוועט אין איינעם.‟
וואָס דען? דאָס „שטעטל‟ זעט הײַנט אויס גאָר אַנדערש.
רוס, וועלכע וווינט אין וואַשינגטאָן, פּרוּווט תּמיד, ווי ווײַט מעגלעך, אַרײַנצוציִען די געסט אין די צוגרייטונגען. זי וועט, למשל, בעטן די פֿרײַנד פֿון חתן־כּלה צוגעבן מוסטערן סחורה, וואָס שפּיגלען אָפּ זייערע אינטערעסן.
איר חופּה־שאַפֿונג־קאַריערע האָט זיך אָנגעהויבן בײַ איר אייגענער חתונה. זי און איר מאַן, נעד לאַזאַרוס, וועלכער האָבן זיך באַקענט אין ישׂראל און חתונה געהאַט אין יאָר 2004, האָבן געפּראַוועט צוויי צערעמאָניעס: איינע אין ירושלים, און די צווייטע — אין ניו־העמפּשיר, כּדי אַרײַנצונעמען זייערע פֿרײַנד פֿון ביידע ערטער. יעדן גאַסט האָט מען געבעטן ברענגען שטיקלעך סחורה, וואָס מע האָט דערנאָך צוגעשטעפּעט צו אַ לײַלעך, צו שאַפֿן די חופּה.
„עס זענען געקומען צו דער צערעמאָניע מענטשן פֿון גאַנץ ישׂראל און די פּאַלעסטינער שטחים,‟ האָט רוס דערקלערט. „האָבן מיר צונויפֿגעשטוקעוועט אַ געשטריקטע יאַרמלקע מיט אַ מגן־דוד, אַ פּאַלעסטינער פֿאָן, אַ שטיקל פֿון אַ חופּה־קלייד און אַ מאַפּע. דערפֿון איז געוואָרן אַ פּרעכטיקער קאָלאַזש.‟
זינט דעמאָלט האָט רוס געאַרבעט מיט אַ סך פּאָרלעך צו שאַפֿן אָריגינעלע חופּות, ניצנדיק סײַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע סימבאָלן, סײַ ציטאַטן פֿון פּאָעטן, ווי ע. ע. קאָמינגס און פּאַבלאָ נערודאַ. אַ טייל פֿון אירע קליענטן זענען אַפֿילו נישט קיין ייִדן, אָבער דער באַגריף פֿון אַ חופּה געפֿעלט זיי.
הגם דאָס אַרײַנציִען די געסט אין די צוגרייטונגען שאַפֿט בײַ די קרובֿים און פֿרײַנד אַ געפֿיל, אַז זיי זענען אַ מער אינטעגראַלער טייל פֿון דער חתונה, זאָגט מעלפּאָדאַר, אַז זי האָט אַ צווייטע סיבה פֿאַר וואָס זי וויל מאַכן דעם טאָג אַ ביסל מער געזעלשאַפֿטלעך. „כ׳האָף, אַז בײַ אונדזער חתונה וועט עמעצער געפֿינען אַ שידוך,‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.