ייִדיש אין ליובאַוויטש

Yiddish in Lubavitch

זײַטן פֿון אַן אַנומלטיקן נומער פֿון דער מעלבורנער בראָשור
זײַטן פֿון אַן אַנומלטיקן נומער פֿון דער מעלבורנער בראָשור

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 30, 2013, issue of June 21, 2013.

נישט לאַנג צוריק האָט מײַנער אַ חבֿר מיר געגעבן אַ ליובאַוויטשער וואָכן-בראָשור מיטן נאָמען „Just Do It‟, וווּ עס ווערן די אויסצוגן פֿונעם ליובאַוויטשער רבינס שׂיחות אויף ייִדיש באַגלייט מיט דערקלערונגען אויף ענגליש. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך געפּרוּווט צו פֿאַרבינדן מיט דער רעדאַקציע פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט דורך דעם בליצפּאָסט-אַדרעס, אָנגעוויזן אויף דער בראָשור, אָבער נישט באַקומען קיין ענטפֿער. קיין אינפֿאָרמאַציע וועגן די אַרויסגעבער איז אינעם ביכל נישטאָ.

אַן אויפֿזוך אויף דער אינטערנעץ האָט געהאָלפֿן אויסצוגעפֿינען אַ ביסל אינפֿאָרמאַציע וועגן דער מיסטעריעזער בראָשור. זי איז אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם „Back2Basics‟, געשאַפֿן מיט צוויי יאָר צוריק דורך אַ גרופּע ישיבֿה-בחורים פֿונעם מעלבורנער ליובאַוויטשער „ישיבֿה-קאָלעדזש‟. מיט דער הילף פֿון אַזעלכע וואָכן-בראָשורן פּרוּוון די מחברים, יונגע „בחורים-שליחים‟, צו באַקענען די ייִדישע קינדער אין מיטל-שולן מיט דער אָריגינעלער שפּראַך פֿונעם רבינס שׂיחות. לעצטנס, איז די אויסטראַלישע פּראָגראַם געוואָרן פּאָפּולער אין ענגליש-רעדנדיקע ליובאַוויטשער אינסטיטוציעס אַרום דער וועלט.

אַ ייִדיש-אַקטיוויסט וואָלט געקאָנט זיך משער זײַן, אַז די בראָשורן שטעלן פֿאַר זיך אַ מין „ייִדישיסטישן‟ ציל. די מחברים און די באַטייליקטע אין דער פּראָגראַם זענען אָבער לאַוו-דווקא פֿאַראינטערעסירט אינעם באַקענען זיך מיט ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך. זייער עיקר-צוועק איז צו באַקומען אַ מינימאַלע ידיעה, כּדי צו קענען אָפּשאַצן דעם ליובאַוויטשער רבינס אָריגינעלע שמועסן.

די אויסטראַלישע פֿרומע וועבזײַט „AJN Watch‟ האָט אין אויגוסט 2011, ווען די בראָשורן-פּראָיעקט האָט אָנגעהויבן זיך פֿאַרשפּרייטן, איבערגעגעבן, אַז „ייִדיש קערט זיך אום‟ קיין אויסטראַליע. אַן אַנאָנימער מחבר מיטן צונעמעניש „ייִדישיסט‟ האָט זיך באַקלאָגט, אַז דער יונגער דור ייִדן פֿאַרשטייט נישט די ייִדישע שפּראַך און באַמערקט, אַז בלויז אין דער מעלבורנער „עדת-שיל‟ רעדן אַ סך מתפּללים אויף ייִדיש, ווײַל דאָרטן דאַוונען די סאַטמאַרער חסידים, וועלכע האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין אויסטראַליע פֿון ברוקלין און קרית-יואל. דער קליינער ענגלישער אַרטיקל פֿונעם „ייִדישיסט‟ שליסט זיך מיט דער אומגראַמאַטישער פֿראַזע „א דאנק און א ברכה אוף אײער קעפ‟.

דאָס, וואָס אַלעקס דאַפֿנער האָט דעמאָלט געפֿירט יעדע וואָך ראַדיאָ-פּראָגראַמען אויף ייִדיש אין מעלבורן, ווי אויך אַנדערע וועלטלעכע אונטערנעמונגען, וועלכע קומען פֿאָר אין דער שטאָט, האָט דער מחבר נישט דערמאָנט. צום באַדויערן, איז דאַפֿנערס פּראָגראַם נישט לאַנג צוריק אָפּגעשטעלט געוואָרן. די לעצטע אוידיציע פֿון דער „ייִדיש-ייִדישער‟ מעלבורנער ראַדיאָ-פּראָגראַם, ווי דער דיקטאָר האָט זיך אויסגעדריקט אין זײַן געזעגן-בריוו, איז אַרויס דעם 28סטן אַפּריל.

דער אַרטיקל פֿון דער פֿרומער וועבזײַט דעמאָנסטרירט, אַז די פֿרומע מאַסן-סבֿיבֿה פֿון די סאַטמאַרער ייִדיש-רעדער און די וועלטלעכע ייִדישע קולטור-טוער שטעלט מיט זיך פֿאָר, בדרך-כּלל, צוויי באַזונדערע וועלטן. בעת זײַן שמועס מיט דער רעדאַקציע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, האָט דאַפֿנער געזאָגט, אַז אין מעלבורן זענען נישטאָ קיין סאַטמאַרער חסידים — דערפֿאַר ווערט ייִדיש אין זײַן שטאָט נישט אַסאָציִיִרט מיט פֿרומקייט. למעשׂה, זענען זיי דאָרטן יאָ פֿאַראַן — פֿאַרשטייט זיך, נישט אין אַזעלכע ריזיקע צאָלן, ווי אין ברוקלין — און זענען טאַקע יאָ אַסאָציִיִרט מיט ייִדיש אין די אָרטיקע פֿרומע קרײַזן.

דער מצבֿ פֿון ייִדיש צווישן די ליובאַוויטשער חסידים איז אַ קאָמפּליצירטע מעשׂה. די סאַטמאַרער חסידים האַלטן, אַז אַ ייִד מוז דווקא רעדן אויף ייִדיש, אָבער זענען נישט מקפּיד, על-פּי-רובֿ, צו רעדן און שרײַבן לײַטיש און גראַמאַטיש — אַבי מע רעדט און אַבי מע שרײַבט. דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם-מענדל שניאורסאָן, און זײַן שווער, דער פֿריִערדיקער רבי יוסף-יצחק, זענען געווען גוט באַקאַנט מיטן וועלטלעכן ליטעראַרישן ייִדיש. די שפּראַך פֿון ס׳רובֿ ליובאַוויטשער אויסגאַבעס אויף ייִדיש שטימט מער-ווייניקער מיט די וועלטלעכע ייִדישיסטישע סטאַנדאַרטן — ווי מע זעט, למשל, אויף די ייִדישע זײַטן פֿונעם כּמעט אינגאַנצן ענגלישן „אַלגעמיינעם זשורנאַל‟. ווען מע כאַפּט אַ שפּאַציר אינעם ייִדישן טייל פֿון קראָון-הײַטס, דאָס סאַמע האַרץ פֿון דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, הערט מען כּסדר רוסיש, העברעיִש און אַפֿילו פֿראַנצויזיש, אָבער זעלטן-ווען ייִדיש.

דער ליובאַוויטשער פּרינציפּ איז אַזאַ: אַז מע רעדט טאַקע אויף ייִדיש — זאָל מען פּרוּוון נאָכמאַכן גענוי די „גראַמאָטנע‟ שפּראַך פֿון די אַמאָליקע רוסישע חסידים. זייער ווייניק ליובאַוויטשער משפּחות באַנוצן זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך אין זייער טאָג-טעגלעכן לעבן. איך געדענק, ווי אינעם יאָר 1993 האָט זיך אין פּעטערבורג, רוסלאַנד, געעפֿנט אַ צווײַג פֿון דער ליובאַוויטשער ישיבֿה „תּומכי תּמימים‟, נאָך אַ דירעקטער אינסטרוקציע פֿונעם רבין, וועלכער איז מיט אַ יאָר שפּעטער ניפֿטר געוואָרן. טעאָטעריש, לויט דער רעקלאַמע אויף דער וואַנט פֿון דער שיל, זענען ייִדיש-קלאַסן געווען אַ טייל פֿונעם ישיבֿה-סדר. למעשׂה, האָבן בלויז עטלעכע מענטשן, וועלכע האָבן שוין געקענט ייִדיש פֿון דער היים אָדער אַליין זיך אויסגעלערנט, געשטרעבט צו פֿאַרבעסערן זייערע קענטענישן.

ווען דער מחבר פֿון די שורות, צוזאַמען מיטן פּאָעט ישׂראל נעקראַסאָוו, האָבן געעפֿנט אומזיסטע ייִדיש-קלאַסן, האָבן זיך אין די לימודים באַטייליקט בלויז אַ פּאָר ישיבֿה-בחורים. אַדרבה, די אַדמיניסטראַציע פֿון דער ישיבֿה האָט באַטראַכט אונדזער קלאַס ווי אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע אונטערנעמונג, ווײַל דער עיקר-צוועק פֿון קענען ייִדיש איז פֿאַר זיי באַשטאַנען, פּונקט ווי פֿאַר די מחברים פֿון די דערמאָנטע בראָשורן, אין לייענען דעם רבינס שׂיחות. אַ סך ליובאַוויטשער — מסתּמא, ס׳רובֿ — באַנוגענען זיך מיט העברעיִשע און ענגלישע איבערזעצונגען.

זינט די 1990ער יאָרן, האָט דער מצבֿ אין דער פּעטערבורגער ישיבֿה זיך נישט געביטן — לכל-הפּחות, זיך נישט פֿאַרבעסערט. מע מוז אָבער צוגעבן, אַז דאָס איז אַ פּראָווינציעלע ישיבֿה. אין אַ קליינער צאָל באַקאַנטע ליובאַוויטשער ישיבֿות אַרום דער וועלט — אין אַמעריקע, פֿראַנקרײַך, ארץ-ישׂראל — פֿירט מען די שיעורים דווקא אויף ייִדיש, ווײַל אַ סך דאָרטיקע תּלמידים שטאַמען פֿון ייִדיש-רעדנדיקע משפּחות. דאָס איז אָבער אַ יוצא-מן-הכּלל. עס האָט זיך באַקומען אַ פּאַראַדאָקסאַלער מצבֿ, ווען העברעיִש איז געוואָרן אַ שמועס-שפּראַך, און ייִדיש האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין נײַעם „לשון-תּרגום‟, וועלכן מע שטודירט בלויז, כּדי צו פֿאַרשטיין געוויסע וויכטיקע טעקסטן.

שוין דער צווייטער רבי פֿון חב״ד, דובער (דובֿ-בער) שניאורי, האָט אָנגעשריבן צוויי פֿון זײַנע ספֿרים אויף ייִדיש. במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, האָט די דאָזיקע טראַדיציע זיך שטאַרק אַנטוויקלט. די לעצטע צוויי ליובאַוויטשער רביים האָבן איבערגעלאָזט צענדליקער בענדער פֿון שמועסן, בריוו און אַנדערע טעקסטן אויף ייִדיש, פֿול מיט טיפֿע חסידישע השׂגות. דער סטיל פֿון אַזעלכע טעקסטן איז אָפֿט זייער אַ ספּעציפֿישער, אָנגעפּאַקט מיט העברעיִש-אַראַמישע ווערטער און גאַנצע אויסדרוקן.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז אין די דערקלערונגען, מיט וועלכע ס׳איז באַגלייט דאָס אויסטראַלישע ביכל, בלײַבן לשון-קודשדיקע ווערטער אָפֿט נישט איבערגעזעצט אויף ענגליש. פֿאַר די סאַטמאַרער קינדער אָדער וועלטלעכע ייִדישיסטן וואָלט מען געדאַרפֿט אָפּטײַטשן דווקא דעם דאָזיקן שיכט פֿונעם טעקסט, און נישט די היימישע ייִדישע אויסדרוקן. צום בײַשפּיל, ווערן גאַנצע פּסוקים און אַזעלכע אויסדרוקן, ווי „גאולה העתידה‟, „הוראה לדורות‟ און „עבֿודה בקודש‟, נישט באַגלייט מיט אַן איבערזעצונג.

בקיצור, ייִדיש געפֿינט זיך אין דער הײַנטיקער ליובאַוויטשער באַוועגונג אין אַ הענגענדיקן מצבֿ. דער רבי אַליין האָט אַלעמאָל גערעדט אויף ייִדיש און געהייסן אין איינעם פֿון זײַנע בריוו, אַז מע מוז במסירת-נפֿש אָפּהיטן ייִדיש אין די ישיבֿות, און בשום-אופֿן נישט איבערגיין אויף העברעיִש; זעט אויס, אַז פּונקט דעם דאָזיקן פּסק האָבן זײַנע חסידים נישט געפֿאָלגט. אין דער זעלבער צײַט, ווערט די ייִדישע שפּראַך — און דווקא גוטע, רײַכע, ליטעראַרישע — אויפֿגענומען מיטן גרעסטן כּבֿוד, ווי אַ הויכגעשעצטע און גענוג זעלטענע חכמה.