זינט מיטלאַלטער שמט די שטאָט פּראָג מיט אירע װוּנדער־מעשׂיות און לעגענדעס. די סאַמע באַקאַנטע פֿון זײ איז אַװדאי די מעשׂה װעגן דעם גולם, װאָס האָט געהאַט אַ סך גלגולים אין דער מאָדערנער קונסט און ליטעראַטור. די אַטמאָספֿער פֿון פּראָג האָט אױך באַװירקט פֿראַנץ קאַפֿקאַס שװערמוטיקן כּוח־הדמיון. אָבער אין דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער קונסט, בפֿרט פֿונעם אײראָפּעיִשן אַװאַנגאַרד, פֿאַרנעמט פּראָג אַ באַשײדענעם אָרט אין פֿאַרגלײַך מיט בערלין, פּאַריז אָדער מאָסקװע.
דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר דערעק סײער פֿונעם לאַנקאַסטער־אוניװערסיטעט אין ענגלאַנד טראָגט אַ פּראָװאָקאַטאָרישן טיטל: ״פּראָג, הױפּטשטאָט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט: אַ סוררעאַליסטישע געשיכטע״. װי עס דערקלערט דער מחבר אין דער הקדמה, האָט ער גענומען פֿאַר זײַן מוסטער די קלאַסישע שטודיע פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן דענקער װאַלטער בנימין „פּאַריז: די חױפּטשטאָט פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט‟. עס איז קלאָר, פֿאַרװאָס דװקא פּאַריז האָט באַקומען אַזאַ בכּבֿודיקן טיטל אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. אָבער פֿאַרװאָס איז דװקא פּראָג די (אָדער אפֿשר טאַקע ״אַ״?) הױפּטשטאָט פֿונעם צװאַנציקסטן?
לױט סײער איז די טשעכאָסלאָװאַקישע רעפּובליק געװען אַ מוסטערהאַפֿטיקער פּראָדוקט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. זי איז אַנטשטאַנען פֿון די חורבֿות פֿון דער עסטרײַכיש־אונגאַרישער אימפּעריע, איז געװען דער ערשטער קרבן פֿון היטלערס אַגרעסיע, און האָט זיך בשלום פֿאַנאַנדערגעפֿאַלן אין 1993 נאָכן צעפֿאַל פֿונעם קאָמוניסטישן בלאָק. אַזױ שטײט די שטאָט פּראָג אינעם סאַמע צענטער פֿון אָט די דראַמאַטישע געשעענישן פֿון דער מאָדערנער אײראָפּעיִשער געשיכטע.
אָבער פֿאַרװאָס רופֿט דער מחבר די דאָזיקע געשיכטע אַ ״סוררעאַליסטישע״? די הױפּט־פֿיגורן פֿון דער סיוררעאַליסטישער שיטה אין קונסט זײַנען דאָך געװען פֿראַנצױזן און שפּאַניער, ניט קײן טשעכן אָדער סלאָװאַקן. און דאָ שטעקט דער װיכטיקסטער חידוש פֿונעם בוך. סײער באַקענט דעם ענגליש־רעדנדיקן לײענער מיט אַ סך װײניק־באַקאַנטע אָבער העכסט־אָריגינעלע און שעפֿערישע פּראָגער קינסטלער, אַרכיטעקטן, דיזײַנער. סוררעאַליזם, טענהט סײער, איז ניט געװען סתּם אַ סטיל אָדער אַ ריכטונג אין דער מאָדערנער קונסט; עס איז געװען אַ װעלטבאַנעם און אַ לעבנסשטײגער, און די עכטע הײמשטאָט פֿון דער סוררעאַליסטישער תּקופֿה איז געװען דװקא פּראָג.
פּראָגער ייִדן דאָ פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט. זײ זײַנען געװען אַן אײנגנאַרטיקער שבֿט. זײער עקזיסטענץ, װאָסער מהות איז געכאַפּט געװאָרן אין קאַפֿקאַס פֿינצטערע פֿאַנטאַסטישע מעשׂיות, איז געװען סוררעאַליסטיש. לרובֿ האָבן ייִדן אין פּראָג גערעדט דײַטשיש, אָבער האָבן גאָר ניט געהאַט צו טאָן מיט די היגע דײַטשן. פֿאַר דעם האָבן די טשעכישע נאַציאָנאַליסטן זײ פֿײַנט געהאַט, און נאָך דער מלחמה האָט די טשעכאָסלאָװאַקישע רעגירונג אַפֿילו אַרױסגעטריבן אײניקע לעבן־געבליבענע ייִדן צוזאַמען מיט דײַטשן װי מיטהעלפֿער פֿון די נאַציסטן. פּראָגער ייִדן זײַנען געװען פּאַטריאָטן פֿון דער דעמאָקראַטישער טשעכאָסלאָװאַקישער מלוכה אָבער זײ זײַנען אױך געװען הײסע ציוניסטן. זײער ציוניסטישער חלום איז געװען אױפֿצובױען אין פּאַלעסטינע אַ מלוכה פֿאַר צװײ פֿעלקער, ייִדן און אַראַבער, לױטן טשעכאָסלאָװאַקישן מוסטער.
אַפֿילו די דײַטשישע נאַציסטן האָבן געמאַכט זײער שױדערלעכן בײַטראָג אינעם סוררעאַליסטישן װעלטבילד פֿון פּראָג. זײ האָבן פֿאַרװאַנדלט דאָס שטעטל טערעזין, ניט װײַט פֿון פּראָג, אין אַ מוסטערהאַפֿטיקן קאָנצענטראַציע־לאַגער טערעזיענשטאַדט, װאָס זײ האָבן גערופֿן ״היטלערס מתּנה פֿאַר ייִדן״. די אַסירים האָבן דאָרט געלעבט גאַנץ גוט אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע לאַגערן, הגם פֿון מאָל צו מאָל האָט מען זײ אָפּגעשיקט קײן אױשװיץ אױף אומצוברענגען. דאָס איז געװען דער גורל פֿון קאַפֿקאַס שװעסטער, װאָס האָט פֿרײַװיליק מיטגעפֿאָרן מיט אַ טראַנספּאָרט פֿון ייִדישע קינדער, ניט װיסנדיק אַװדאי, װאָס װעט דאָרט פֿאָרקומען.
טערעזיענשטאַדט, דערמאָנט אונדז סײער, טראָגט דעם נאָמען פֿון דער עסטרײַכישער קײַזערין מאַריאַ־טערעזיאַ, װעלכע האָט צוערשט געהײסן אַרױסטרײַבן ייִדן פֿון פּראָג, אָבער דערנאָך האָט זי זײ געלאָזט אומקערן, כּדי צו ראַטעװען די אָרטיקע עקאָנאָמיק. די דאָזיקע קײַזערין האָט זיך באַטײליקט, צוזאַמען מיט דער רוסישער קײַזערין יעקאַטערינאַ און דעם פּרײַסישן קעניג פֿרידריך, אין דער ערשטער צעטײלונג פֿון פּױלן, װאָס האָט אַוועקגעגעבן גאַליציע צו עסטרײַך.
מאַריאַ־טערעזיאַס יורש יאָזעף דער צװײטער האָט פֿאַרפּלאַנירט אַ ברײטע פּראָגראַם פֿון ייִדישער עמאַנציפּאַציע, װאָס האָט געענדערט דעם מצבֿ פֿון פּראָגער ייִדן. מען האָט זיך גענומען פֿאַר אַראָפּנעמען דעם אַלטן מיטלאַלטערלעכן געטאָ־פֿירטל, און די נײַע מאָדערנע געגנט האָט באַקומען דעם נאָמען ״יאָזעפֿשטאַדט״ לכּבֿוד דעם אױפֿגעקלערטן קײַזער. בלױז אײניקע היסטאָרישע געבײַדעס און דער אַלטער ייִדישער בית־עולם דערמאָנען איצט אָן דעם עבֿר. אין דער מאָדערנער צײַט האָבן די דאָזיקע מאָנומענטן אױפֿגעװעקט אַ סך ראָמאַנטישע און מיסטישע פֿאַנטאַזיעס בײַ פֿאַרשידענע שרײַבער, קינסטלער און קינאָ־רעזשיסערן. דװקא דעמאָלט האָט די גולם־לעגענדע באַקומען אירע נײַע נוסחאות אין ה. לײװיקס דראַמאַטישער פּאָעמע, דעם ראָמאַן פֿונעם דײַטשישן מחבר גוסטאַװ מײַרינק און אינעם פֿילם פֿונעם דײַטשישן רעזשיסאָר פּאַול װעגענער.
נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה איז פּראָג אַרײַנגעפֿאַלן אונטער דער סאָװעטישער שליטה, װאָס האָט אױך בײַגעטראָגן צו דעם סוררעאַליסטישן װעלטבאַנעם פֿון אירע תּושבֿים. די טשעכאָסלאָװאַקישע קולטור און ליטעראַטור פֿון יענער צײַט האָט געהאַט אַ ספּעציעלע נטיה צו שװאַרצן אַבסורדישן הומאָר, װאָס קומט בולט אַרױס אין די װערק פֿון אַזעלכע דיסידענטישע מחברים װי װאַצלאַװ האַװעל און מילאַן קונדעראַ. מען זאָגט, אַז קײן אַנדער שטאָט אין דער װעלט האָט ניט געהאַט אַזעלכע הױך־געבילדעטע פֿענצטער־װעשער און סטרוזשן װי פּראָג, װאָרן די טשעכישע אינטעליגענץ האָט ניט געװאָלט מיטאַרבעטן מיטן קאָמוניסטישן רעזשים.
הײַנט איז פּראָג, סוף־כּל־סוף, געװאָרן אַ „נאָרמאַלע‟ שטאָט, װאָס איז באַליבט פֿון כינעזישע טוריסטן און דער רוסישער מאַפֿיע. די געשפּענסטן פֿונעם פּראָגער עבֿר לעבן װײַטער בלױז אין ליטעראַרישע פֿאַנטאַזיעס, װאָס האָבן אַ הילכיקן קאָמערציעלן דערפֿאָלג, װי, למשל, דער נײַער ראָמאַן פֿונעם איטאַליענישן שרײַבער אומבערטאָ עקאָ ״דער פּראָגער בית־עולם״.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.