ווינטער 2008, אין דער האָלענדישער שטאָט האַג, האָט ווים קאָרטענ–אָווען זיך דערשראָקן ווען ער האָט געהערט דאָס קנאַקן פֿון אַ גרויסער שׂריפֿה לעבן זײַן היים אין דער לעצטער ייִדישער געגנט פֿון דער שטאָט. ער איז אַריבערגעגאַנגען איבער דער גאַס, אינעם מוסולמענישן „שאַריִע־דרײַעק‟, און דערזען, אַז וואַנדאַלן האָבן עטלעכע אויטאָס אונטערגעצונדן. האָט ער אויסגערופֿן צו די האָלענדישע מאַראָקאָנער, זיי זאָלן אַוועקלויפֿן. „די צוקוקער האָבן מיך געשטופּט, און געפֿרעגט צי איך בין פֿון דער פּאָליציי. איך האָב זיך געבאָרעט מיט איינעם און כ‘בין אַוועקגעלאָפֿן.‟ האָט ער דערציילט.
זינט דעמאָלט האָט ער זיך אַרויסגעצויגן פֿון זײַן דירה, וועלכע איז געווען אַ טייל פֿונעם „וואַן אָסטאַדע הײַזער־פּראָיעקט‟. די קהילה פֿון 200 דירות האָט מען אויפֿגעבויט אין די 1880ער יאָרן לטובֿת די אָרעמע ייִדן. הײַנט איז זי אַרומגערינגלט פֿון דער שילדערשוויקער געגנט, וואָס באַשטייט פֿון 90% מאַראָקאַנער און טערקן.
אין מײַ האָט אַ האָלענדישע צײַטונג געשריבן, אַז אַ טייל פֿון דער שילדערשוויקער געגנט איז געוואָרן אַ „שאַריִע־דרײַעק‟ און אַפֿילו די פּאָליציי האָט מורא דאָרטן אַרײַנצוטרעטן. נאָך דעם באַריכט, האָט דער אַנטימוסולמענישער פּאָליטיקער גירט ווילדערס גערופֿן אויסצופֿאָרשן אַנטיסעמיטיזם בײַ די מוסולמענער אימיגראַנטן אין לאַנד.
עירית צור, אַ ייִדישע אײַנוווינערין פֿון „וואָן אָסטאַדע‟, זאָגט, אַז „מע קוקט אויף מיר און מע מאַכט באַמערקונגען‟. זי גיט צו, אַז ס‘איז אומבאַקוועם פֿאַר אַ בלאָנדער פֿרוי אין אַ קלייד צו גיין שפּאַצירן אויף די גאַסן פֿון שילדערשוויק. פּנחס מעלקער, אַ פֿרומער אײַנוווינער, דערציילט, אַז ער באַהאַלט זײַן יאַרמולקע אונטער זײַן היטל און שטעקט אַרײַן זײַנע ציצית. ער האָט זיך געקויפֿט אַ מזוזה וואָס זעט זיך נישט אַרויס, און אַנדערע האָבן אַרויפֿגעקלאַפּט די מזוזה פֿון אינעווייניק.
בדרך־כּלל האָבן נישט די ייִדן בדעה צו אַנטלויפֿן פֿון „וואַן אָסטאַדע‟. זיי פֿילן, אַז זיי האָבן אַן אינטים קהילה־געפֿיל וואָס אַנדערע האָבן נישט. מעלקער פֿאַרבעט אָפֿט זײַנע ייִדישע שכנים אויף שבת־וועטשערע. אַבֿי גענאָסאַר, וועלכער האָט געדינט אין דער ישׂראל־אַרמיי איידער ער איז געקומען שטודירן אין האָלאַנד, האָט נישט מורא פֿאַר די פֿאַרברעכנס אין דער געגנט — „איך קען דאָ קויפֿן ביליקע גרינסן, טחינה, און אַנדערע מאכלים פֿונעם מיטעלן מיזרח, מיט וועלכע איך בין צוגעוווינט‟, זאָגט גער.
מיט אַ הונדערט יאָר צוריק ווען די „וואַן אָסטאַדע‟־הײַזער זענען אויפֿגעבויט געוואָרן דורך ייִדישע פֿילאַנטראָפּן, האָט דאָס בילד אויסגעזען אַנדערש. אין 1880 האָבן 6,000 ייִדן געוווינט אין האַג, ס‘רובֿ אָרעמע־לײַט. אין 1930 האָבן שוין 10,000 ייִדן געוווינט אין דער שטאָט, און אין 35% פֿון די „וואַן אָסטאַדע‟־הײַזער האָבן געוווינט ייִדן. גבעתן חורבן זענען כּמעט אַלע ייִדן אין דער שטאָט אומגעבראַכט געוואָרן. נאָך דער מלחמה זענען די „וואַן אָסטאַדע‟־הײַזער נאָך אַלץ געבליבן אין ייִדישע הענט. די פֿאַרוואַלטונג באַשטייט פֿון בלויז ייִדן.
אָבער די נעגאַטיווע השפּעה פֿון דער וואַקסנדיקער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג פֿילט מען. די אָרטיקע שטאָטישע שול האָט באַשלאָסן נישט אויפֿצוהענגען אַ שילד לזכר דעם חורבן, ווײַל מע האָט מורא געהאַט, מע וועט אויפֿרעגן די מוסולמענער. געראַרד בראַסען פֿון דער שול־פֿאַרוואַלטונג האָט געזאָגט — „בעסער נישט אויפֿצוהענגען ווײַל שילדערשוויק איז נישט קיין רויִק אָרט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.