וועגן קאָלירן קען מען, אַ פּנים, אָנשרײַבן זייער אַ סך. איצט קומט די ריי פֿון „גרין‟ און „געל‟. וועגן יעדן פֿון זיי וואָלט מען געקענט אָפּגעבן אַ גאַנצן אַרטיקל, נאָר ס’האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ס׳איז דאָ אַן ענגע פֿאַרבינדונג צווישן זיי.
דאָס ייִדישע „גרין‟ קער זיך אָן מיטן דײַטשישן grün, מיטן ענגלישן green און מיטן האָלענדישן groen, וואָס זיי קערן זיך אַלע אויך אָן מיט „גראָז‟ — דײַטשיש Gras, ענגליש grass, האָלענדיש gras — און מיטן ענגלישן grow און מיטן האָלענדישן groeien (נישטאָ אויף ייִדיש און דײַטשיש). איז אַ ייִדישער זאַץ, אַ שטייגער, „דאָס גראָז איז גרין‟ אין תּוך טויטאָלאָגיש (ס׳חזרט זיך איבער די זעלביקע זאַך); אויף ענגליש איז The grass grows green אַ דרײַפֿאַכיקע איבערחזרונג!
דאָס ייִדישע „גרינסן‟ און „גרינוואַרג‟ זענען טײַטש, פֿאַרשטייט זיך, ׳געוויקסן, דער הויפּט אַזעלעכע וואָס מע עסט׳ — אַ סך, אָבער ווײַט נישט אַלע, זענען גרין. אויף ענגליש איז פֿאַראַן greens — אַ שטייגער, soup greens ‘גרינוואַרג אויף זופּ’ און salad greens ‘גרינוואַרג אויף סאַלאַט’ — אָבער ס׳רובֿ זאָגט מען דאָך vegetables. דאָס דאָזיקע וואָרט וואַקסט פֿון לאַטײַניש, פֿון אַ ווערב vegere ׳זײַן אַקטיוו, וואַקסן׳ — אַ פֿײַנע איראָניע, ווײַל אויפֿן הײַנטיקן ענגליש הייסט vegetate ׳זײַן אומאַקטיוו, פֿוילן זיך; זײַן פּאַראַליזירט (בדרך־כּלל ווײַל דער מוח איז קראַנק)׳.
בײַ די דײַטשן איז דאָ אַן אַנדער וואָרט, Gemüse, פֿון אַ שורש mus, וואָס הייסט ‘עסנוואַרג’ און וואָס קער זיך אָן מיטן ענגלישן meat. אין ביידע פֿאַלן, הייסט עס, איז דער טײַטש אײַנגעענגט געוואָרן פֿון סתּם שפּײַז אויף עפּעס ספּעציפֿישס. אַגבֿ איז דאָ אויך שײך „צימעס‟ — נישט־געקוקט אויף די כּלערליי פֿאָלק־עטימאָלאָגיעס, וואָס קומען אונטער איז די אמתדיקע עטימאָלאָגיע (אָדער לכל־הפּחות די ביזאיצטיקע וואָס לייגט זיך צום מיינסטן אויפֿן שׂכל) דאָס מיטל־הויכדײַטשישע Zumüse ׳צוגאָביקער מאכל, side dish׳.
בײַ די ראָמאַנען איז דאָס וואָרט פֿאַר ׳גרין׳ אין גאַנצן אַן אַנדערשס: פֿראַנצייזיש vert, שפּאַניש־פּאָרטוגאַליש־איטאַליעניש־רומעניש verde, פֿון לאַטײַנישן -virid. אויף גרינוואַרג זאָגט מען אַזוי: פֿראַנצייזיש légumes, פּאָרטוגאַליש legumes, שפּאַניש legumbres (מיטן זעלביקן צוגאָב -br- וואָס מיר האָבן געזען בײַ Alhambra אד״גל), רומעניש leguminoase — דאָ איז דער טײַטש אויסגעברייטערט געוואָרן, פֿון בלויז ׳שויטנדיקע׳ צו ׳גרינוואַרג בכּלל׳. איטאַליעניש האָט verdura, רומעניש האָט אויך verdeţuri, פֿון verde.
בײַ די סלאַוון איז ווידער אַנדערש: טשעכיש zelený, פּויליש zielony, רוסיש zelyonyy ׳גרין׳, און אויף ׳גרינוואַרג׳ האָט טאַקע טשעכיש zelenina. אויף פּויליש, ווידער, זאָגט מען אָדער warzywa, פֿון warzyć ׳קאָכן׳, אָדער jarzyna, פֿון jary, אַן אַלט וואָרט פֿאַר ׳פֿרילינג׳. (ביז הײַנט זאָגט מען אויף טשעכיש jaro ׳פֿרילינג׳, אָבער אויף פּויליש גאָר wiosna.) אויף רוסיש איז דאָס וואָרט ׳גרינוואַרג׳ ovoshche, וואָס איז אַ קאָגנאַט פֿונעם טשעכישן ovoce און פֿונעם פּוילישן owoce — ׳אויפּס, פֿרוכט׳ — נישט קלאָר פֿאַר וואָס דאָ האָט זיך געביטן דער טײַטש. (רוסיש ׳אויפּס׳ frukty, וואָס איז אַ לײַוואָרט פֿון לאַטײַניש, פּונקט ווי „פֿרוכט‟ — אַרײַן אין מאַמע־לשון דורך דײַטשיש — און ענגליש fruit — אַרײַן דורך פֿראַנצייזיש.) אַגבֿ, רעכנט מען, אַז „אויפּס‟, דײַטשיש Obst, זענען אויך קאָגנאַטן פֿון ovoce אאַז״וו.
וואָס דאַרפֿט איר מער? zielony און זײַנע ברידער זענען עטימאָלאָגיש פֿאַרבונדן נישט מיט „גרין‟, נאָר מיט — „געל‟! ווײַזט זיך אַרויס, אַז די פֿאַרבינדונג איז נישט קיין צופֿעליקע. אויף דײַטשיש זאָגט מען דאָך gelb, אָבער פֿאַראַן אין די דיאַלעקטן אויך gehl; דאָ איז אויך שייך דאָס ענגלישע yellow מיטן האָלענדישן geel. הײַנט דאָס לאַטײַנישע gălbĭnus, וואָס דערפֿון וואַקסן ס’פֿראַנצייזישע jaune, דאָס איטאַליענישע giallo און דאָס רומענישע galben; דאָס פּאָרטוגאַלישע amarelo און דאָס שפּאַנישע amarillo נעמען זיך גאָר פֿונעם לאַטײַנישן amarus ׳ביטער׳. פֿאַר וואָס? ווײַל ביטער איז גאַל, און גאַל איז געל. אויך „גאַל‟ וואַקסט פֿון דעם שורש, ווי אויך „גאָלד‟; דאָס ענגלישע yolk ׳געלעכל פֿון אַן איי׳ קער אויך אַהער. ווער רעדט נאָך ס’טשעכישע zlato, ס’פּוילישע złoto, ס׳רוסישע zoloto ׳גאָלד׳ מיטן הײַנטיקן גרעקישן khloe ׳גראָז׳, khole ׳גאַל (סײַ ממש — אין גוף, סײַ מעטאַפֿאָריש — כּעס)׳ — דערפֿון וואַקסט אויך ׳כאָלעריע׳, ווי אויך ס׳פֿראַנצייזישע colère ׳כּעס׳ — מיטן אַמאָליקן גרעקישן khloos ׳געל׳, khloros ׳העל גרין; געל׳. פֿון דעם שורש וואַקסן אויך די סלאַווישע ווערטער פֿאַר ׳געל׳: פּויליש żółty, טשעכיש žlutý, רוסיש zholtyy.
פֿאַראַן אויף מאַמע־לשון אַ סך אידיאָמען מיט „גאַל‟:
אַ מענטש אָן אַ גאַל ׳ווערט קיין מאָל נישט אין כּעס׳
בלײַבן אָן אַ גאַל, אויסשפּײַען די גאַל — ׳רעדן אַ סך, פֿאַררעדן זיך׳
האָניק אויף דער צונג, גאַל אויף דער לונג — ׳רעדן שיין, אָבער מיינען שלעכטס׳
אַרײַנקריכן אין דער גאַל, טאָן אין דער גאַל אַרײַן, רעדן אין דער גאַל — ׳אָנטאָן צרות׳
פּלאַצן זאָל בײַ אים די גאַל
ס׳קערט די (גרינע) גאַל, ס׳שלאָגט צו דער גאַל
האָבן גאַל (צו זיך) ׳האַרץ, קוראַזש׳ (אויף ענגליש איז gall ׳חוצפּה׳)
ווען אַן אַלמנה האָט שוין אַ גאָלדענעם דאַך איז זי פֿאָרט אַן אַלמנה
גיין אין גאָלד
גיסן (זיך) גאָלד אין האַלדז
צען שיפֿן מיט גאָלד זאָל ער פֿאַרמאָגן און דאָס גאַנצע געלט זאָל ער פֿאַרקרענקען
„אַ שנײַדער־ייִנגעלע אַ גאָלד‟
גלײַכער אַ לויט גאָלד איידער אַ פּוד ייִחוס
גאָלד גייט צו גאָלד
אַלע פֿלעקן קען מען אַרויסנעמען מיט אַ ביסעלע גאָלד
אַ גאָלדענער שיסל עפֿנט אַלע טירן
בעסער אַ קווינט מזל איידער טונען גאָלד
גאָלדשפּינער ׳גרויסער פֿאַרדינער׳
גאָלדענע הענט
זיכער ווי גאָלד
גרינג ווי טראָגן גאָלד
צוזאָגן גאָלדענע בערג
אָנקומען מיט גרינע ווערעם/מיט גרין און גאַל/מיט גרינער גאַל
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.