אַ נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס, די פֿאָלקסבינע ייִדיש־טעאַטער שאַפֿט אַ נײַעם פֿליגל, אָבער דאָס מאָל נישט אויף ייִדיש נאָר אויף ענגליש. ס’איז אַן עקספּערימענטאַלע איניציאַטיווע, וואָס גיט זיך אָפּ מיט די קאָמפּאַקטע געגנטן, וווּ עס וווינען ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, סײַ אין ברוקלין און סײַ אין אַנדערע געגנטן אַרום ניו־יאַרק. און אַזוי ווי מיר, אַלטע אימיגראַנטן און אַלט־געזעסענע אַמעריקאַנער ייִדן, הייבן נישט אָן צו וויסן וואָס ס’קומט פֿאָר אינעם לעבן פֿון דער נײַסטער אימיגראַציע, ווי אַזוי זיי האָבן זיך דאָ אײַנגעאָרדנט, און ווי גיבן זיי זיך אַן עצה אין דער גאָלדענער מדינה.
איך שטעל זיך פֿאָר, אַז זיי גייען אַדורך די זעלבע סימפּטאָמען, וואָס יעדער אימיגראַנטישע גרופּע לעבט איבער אין דעם אַמעריקע, שפּראַך־שוועריקייטן, אַרבעט, בילדונג און — דער עיקר — דער צוזאַמענשטויס מיט אַ פֿרעמדער קולטור.
די פּיעסע וואָס איז אַ שאַפֿונג פֿון אַננאַ זיצער באַשטייט פֿון אַ יונגער טרופּע, אַלע געבוירענע אין רוסלאַנד אין די זיבעציקער און אַכציקער יאָרן. דאָ און דאָרט שפּאַרט זיך אַדורך אַ רוסיש וואָרט, איך וואָלט אפֿילו געזאָגט אַז דער קאָלאָריט באַשטייט פֿון אַ רעאַליסטישן אויפֿברויז וואָס שפּאַרט פֿון אַלע ווינקעלעך. ס’איז אַ לאַנדשאַפֿט פֿון אומעט און אַ בענקשאַפֿט פֿון אַ פֿאַרלוירענעם פֿאָטערלאַנד.
די ערשטע סצענע באַשטייט פֿון אַ זיידנס פּטירה, און די ירושה וואָס ער האָט איבערגעלאָזט זײַנע צוויי אייניקלעך, ביידע שוועסטער־קינדער. איינע איז מיט אַכט יאָר צוריק אַוועק קיין ישׂראל, די אַנדערע האָט זיך דאָ אײַנגעבירגערט. ביידע מיידלעך שטימען נישט אײַן, דאָס מיידל פֿון ישׂראל וויל פֿאַרקויפֿן דעם זיידנס דירה ווײַל זי דאַרף געלט, און די אַנדערע — די אַמעריקאַניזירטע — האָט אַן עמאָציאָנעלע באַציִונג צום זיידנס אייגנטום.
אין דער זעלבער צײַט באַקענען מיר זיך אויך מיט אַ ייִדישער אימיגראַנטישער משפּחה, מאַן־און־ווײַב און צוויי זין, איינער אַ נישט־טויגעניכץ און דער צווייטער פֿאַרמאָגט שוין דעם אַמעריקאַנער שטעל. בײַם טיש קריגט מען זיך, מען קומט נישט אויס, מ’אַמפּערט זיך, די צרה איז וואָס די עלטערן איז פֿרעמד זייערע זינס אַמעריקאַנישקייט, זיי שטעקן נאָך אַלץ קולטורעל און עמאָציאָנעל אין „רויטן גן־עדן,‟ זייער ייִדישקייט איז אויפֿן שפּיץ מעסער, זייער לשון איז רוסיש, נאָך אַלעמען זײַנען זיי דאָך דער פּראָדוקט פֿון סאָוויעטישער פֿאַרניכטונג פֿון דער ייִדישער קולטור, פֿון דער ייִדישער אמונה, און פֿון דעם לעבנס אָטעם פֿון אונדזער פֿאָלק.
אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז בײַ יעדער נײַער כוואַליע פֿון ייִדישע אימיגראַנטן קיין אַמעריקע, און דאָס גלײַכן מיט די נײַע עולים אין ישׂראל, קומען די אַלטע תּושבֿים זעלטן אין קאָנטאַקט מיט די נײַע אימיגראַנטן. איין זאַך איז יאָ פֿאַראַן, און דאָס זײַנען די שטאָטישע אַמעריקאַנער הילפֿס־אַרגאַניזאַציעס וואָס לאָזן זיי נישט פֿאַלן.
אָבער נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, שפּילט זיך אָפּ אַ טראַגישע סצענאַר אין די נײַ־אימיגראַנטישע הײַזער, פֿון וועלכע מיר הערן זעלטן. די פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט „פֿאַרדעקונג,‟ גיט אונדז אַ געלעגנהייט צו באַקענען זיך מיט דער רוסיש־ייִדישער אומגעבונג, זייער לעבנסגאַנג וואָס ליגט פֿאַרדעקט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט.
רעזשיסירט די פּיעסע האָט אַלעקסאַנדער מאַרין, מיט אַן אײַנגעבירגערטער באַקאַנטשאַפֿט מיט דער טעמע, שטאַרק קרעפֿטיק. געשריבן די פּיעסע האָבן צוויי מחברים, רוּווים גילמאַן און אַננאַ זיצער. זיי איז געלונגען צו שילדערן דעם ייִדיש־רוסישן סצענאַר. די געלונגענע מוזיק האָט געשאַפֿן דימיטרי מאַרין.
איצט קום איך צו די פּרעכטיקע אַקטיאָרן, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין דעם ספּעקטאַקל. צווישן זיי — מײַן באַליבטע און העכסט טאַלאַנטירטע אַקטריסע אויף דער ייִדישער בינע, ענגלישע פֿילמען און טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונגען, די העכסט באַגאַבטע יעלענאַ שמולענסאָן, וועלכע איז אין דער היים סײַ מיט ייִדיש, סײַ מיט רוסיש, סײַ מיט עגנליש. דאָס דאַרף מען קענען.
געראַ סאַנדלער, וועלכער האָט זיך באַטייליקט אינעם העכסט געלונגענעם ישׂראלדיק־רוסישן טעאַטער אונטער דעם גרויסן קינסטלער, אַרטיסטישן דירעקטאָר און רעזשיסאָר, יעווגעני אריה. דזשאָרדאַן עליזאַבעט געלבער, גאָר אַ באַגאַבטע אַקטריסע, סערגיי נאַגאָרני, האָט אויסגעפֿירט אַן ערנסטע ראָלע מיט גרויס פֿאַרדינסט. אַליאַ איידעלמאַן, פֿלינק אויף די פֿיס און פֿאַרמאָגט אַ קלאָרע דיקציע, מאַריאַ (מאַשאַ) קינג איז אַן אויסגעצייכנטע אַקטריסע, רובים גילמאַן, הויך און הילכיק און אויסגעהאַלטן אין זײַן ראָלע. און אַננאַ זיצער, נישט נאָר קען זי די מלוכה פֿון שוישפּיל נאָר אויך אין צענויפֿשטעלן און פּראָדוצירן דעם סצענאַר.
די לעצטע סצענע פֿון דער דראַמע איז מיר געבליבן שטעקן אין זכּרון, ווי די גאַנצע חבֿרה אַקטיאָרן און אַקטריסעס האָבן זיך געזעצט אויף די בינע־ברעטער און גענומען רעציטירן רוסישע פּאָעזיע וואָס איז מיר געווען אַזוי באַקאַנט, מיטן געדאַנק וויפֿל די אַמאָליקע סאָוועטיש־ייִדישע בירגער האָבן אָנגעוווירן, בעת זיי האָבן געמוזט ווידעראַמאָל נעמען דעם ייִדישן שטעקן אין האַנט און זיך לאָזן אין וועג אַרײַן.
די חבֿרה יונגוואַרג מוז מען צוציִען צום ייִדישן טעאַטער; שטעלן מיט זיי אַ ווערטפֿולן רעפּערטואַר, און אויפֿסנײַ אויפֿלעבן דעם גרויסן פֿאַרלוסט, וואָס מיר האָבן אָנגעוווירן זינט מאָריס שוואַרצן, בען עמי, יוסף בולאָף, און די גאַנצע פּלעיאַדע גלענצנדיקע קינסטלערישע כּוחות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.