די אַמעריקאַנער קאָמוניסטישע באַוועגונג צווישן ייִדיש-רעדנדיקע ייִדן האָט קיין אינסטיטוציאָנעלע יורשים ניט איבערגעלאָזט. אַנדערש וואָלטן זיי הײַיאָר געפֿײַערט דעם 135סטן יוביליי פֿון משה אָלגינען (1878–1939), וואָס איז געווען זייער אַ בכּבֿודיקע, ממש אַ לעגענדאַרע פֿיגור אין דער באַוועגונג. אין דער אמתן, איז אָלגינען אויסגעקומען צו זײַן אין קאָמוניסטישע רייען נאָר אין משך פֿון אַרום 18 יאָר, בעת זײַן סטאַזש אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג, קודם-כּל אין דעם „בונד‟, איז געווען מיט עטלעכע יאָר גרעסער. אָבער דער „בונד‟ איז דאָך אויך פֿאַרבליבן אַ בעזדעטניק, אָן קינדער, אין הײַנטיקער אַמעריקע.
אַזוי אַז עס בלײַבט נאָר דער „פֿאָרווערטס‟, וואָס קען זיך דערמאָנען וועגן אָלגינען, בפֿרט נאָך אַז ער האָט אין משך פֿון אַ יאָרצענדליק געשריבן פֿאַר דער צײַטונג, געווען איינער פֿון אירע הויפּט-זשורנאַליסטן. מיט הונדערט יאָר צוריק האָט ער געשריבן פֿון קיִעוו, בעת דעם מענדל בייליס-פּראָצעס (וועגן דעם וועט די צײַטונג, בלי-ספֿק, שרײַבן אין עטלכע חדשים אַרום, ווען מע וועט אָפּמערקן דעם יובֿל פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער געשעעניש). זײַנע אַרטיקלען אין „פֿאָרווערטס‟, ווי אויך אין דער ענגליש-שפּראַכיקער פּרעסע, האָבן צו מאָל פֿאַרנומען אַ צענטראַל אָרט אין 1917, ווײַל אָלגינען האָט מען געהאַלטן פֿאַר אַ מומחה אין דער רוסישער פּאָליטיק און קולטור. וועגן דעם האָט ער דאָך פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט.
אין 1920 איז ער, דער ערשטער צווישן מיטאַרבעטער פֿון „פֿאָרווערטס‟, געפֿאָרן קיין רוסלאַנד, כּדי באַשרײַבן דעם מצבֿ אין לאַנד, אָנגעפֿירט דורך לענינס רעגירונג. אַוועקגעפֿאָרן איז ער אַהין ווי אַ מענשעוויק, אָבער צוריק איז ער געקומען אַן אָנגעשטעקטער מיטן באָלשעוויסטישן ענטוזיאַזם. אויף אַזוי פֿיל, אַז אין אַ יאָר אַרום האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער גרופּע „אָנגעשטעקטע‟, וואָס זײַנען, מיט אַ הילכיקן קלאַפּ אין טיר, אַוועק פֿון „פֿאָרווערטס‟ און האָבן אין קורצן געשאַפֿן די צײַטונג „פֿרײַהייט‟. די צעטייליקונג אויף ענטוזיאַסטן און סקעפּטיקער לגבי דעם באָלשעוויזם האָט שטאַרק אָפּגעשוואַכט די סאָציאַליסטישע באַוועגונג אין אַמעריקע. קיין חידוש ניט, אַז ביידע צדדים האָבן ניט געקענט אָנקוקן איינער דעם אַנדערן. די סבֿיבֿות פֿון “פֿאָרווערטס” און “פֿרײַהייט” האָבן געברענט מיט שׂינאה איינער צו דער אַנדערער.
גלײַכצײַטיק איז אָלגין געווען אַ הייסער ליבהאָבער פֿון ייִדיש און איז פֿאַרבליבן אַזאַ אין די רייען פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג. אַ ליטעראַטור-קריטיקער, האָט ער אויך אַליין געשריבן ליטעראַרישע ווערק. אין יאָר 1927 איז אַרויס זײַן ראָמאַן „האַוורילע און יואל‟, וואָס איז געווען, אַ פּנים, דער ערשטער „פּראָלעטאַרישער‟ (דאָס הייסט, געשריבן לויט די רעצעפּטן פֿון דעם מין ליטעראַטור) ראָמאַן אויף ייִדיש.
וועגן אָלגינס פּערזענלען לעבן איז ווייניק באַוווּסט. אויב מע פֿאַרלאָזט זיך אויף נתן זאַבאַרעס דערציילונג „אויף געקרייצטע וועגן‟, געדרוקט אין דעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ נומ’ 12, 1966, האָט ער — משה נאָוואָמייסקי — גענומען דעם נאָמען „אָלגין‟ אין אָנדענק פֿון אַ מיידל, אַלגאַ טאָרגאָוועץ, אין וועלכער ער איז געווען פֿאַרליבט אין זײַן יונגט אין רוסלאַנד. זאַבאַרע, וואָס איז באַקאַנט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, דער עיקר, אַ דאַנק זײַן היסטאָרישן ראָמאַן „גלגל החוזר‟, שרײַבט אין דער דערציילונג „אויף געקרייצטע וועגן‟:
דאָס יונגע בחורל נאָוואָמייסקי, וואָס האָט אין יענער צײַט אָנגעפֿירט מיט אַרבעטער-קרײַזן אין די פֿאַבריקן אַרום נאָוואָגראַד-וואָלינסקי, איז אין די פֿערציקער יאָרן פֿון אונדזער יאָרהונדערט געקומען קיין מאָסקווע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ער האָט דאַן שוין געהייסן אָלגין — אַ ליטעראַרישער פּסעוודאָנים נאָכן נאָמען פֿונעם דאָקטער טאָרגאָוועצס שוועסטער אָלגע, אין אָנדענק פֿון זייער ניט צו שטאַנד געקומענער ליבע. ער איז געקומען, ווי אַן אָנגעזעענער טוער פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמפּאַרטיי, דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿון דער ניו-יאָרקער פּראָגרעסיווער צײַטונג „מאָרגן-פֿרײַהייט‟.
אָלגין איז געווען אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צענטראַלער סאָוועטישער קאָמוניסטישער צײַטונג „פּראַוודאַ‟ און קיין מאָסקווע איז ער געקומען ניט איין מאָל, סײַ אַליין סײַ מיט זײַן חבֿרטע מינע האַרקאַווי. אַ היפּשע צאָל קוואַלן דערציילן וועגן אָלגינס גאַנץ אַוואַנגאַרדיסטישן משפּחה-לעבן אין ניו-יאָרק, וווּ ער האָט זיך באַזעצט אין 1915, נאָך דעם ווי די ערשטע וועלט-מלחמה האָט אים געהאַט פֿאַרכאַפּט אין דײַטשלאַנד, אַזוי אַז קיין רוסלאַנד האָט ער זיך אומקערן ניט געקענט.
אין ניו-יאָרק, האָט אָלגין אַ געוויסע צײַט געלעבט אין אַ ménage a trois מיט דער קינסטלערין מינע האַרקאַווי און דעם באַקאַנטן איטאַליענישן אַנאַרכיסט קאַרלאָ טרעסקאַ. געדויערט האָט עס, אַ פּנים, ביז יאַנואַר 1943, ווען טרעסקאָ איז דערשאָסן געוואָרן אויפֿן ראָג פֿון דער 15טער גאַס און דעם פֿינפֿטן עוועניו. (איך גיי אָפֿט פֿאַרבײַ דאָס אָרט אויפֿן וועג אין, צי פֿון, דעם ייִוואָ.) מינע האַרקאַווי, וועמענס סקולפּטורן שטייען אין אַ צאָל מוזייען פֿון דער וועלט, האָט זיי ביידן איבערגעלעבט — זי איז געשטאָרבן אין 1987 אין עלטער פֿון 101 יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.