צענדליקער וואָלונטירן פֿון אונגערישע ייִדישע קהילות זענען אָנגעקומען קיין בודאַפּעשט, צו העלפֿן זיך צוצוגרייטן צו די קומענדיקע פֿאַרפֿלייצונגען אין דער שטאָט און אין דער אַרומיקער געגנט. דיאָרד גאַדאָר, אַ וואָרטזאָגער בײַ דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין אונגערן (Mazhihisz) און אַ קהילה-פֿירער, האָט איבערגעגעבן, אַז די אָרגאַניזאַציע האָט געשיקט אַ דעלעגאַציע פֿון בערך 50 מענטשן, וועלכער האָבן זיך דאָנערשטיק, דעם 6טן יוני, באַטייליקט אין דער צוגרייט-אַרבעט בײַם ברעג פֿונעם טײַך דונײַ אויף צפֿון פֿון בודאַפּעשט. גאַדאָר האָט איבערגעגעבן, אַז די ייִדישע הילף-גרופּע האָט פֿון מיטוואָך אָנגעהויבן אַרבעטן אינעם ראַיאָן.
דער וואָרטזאָגער האָט געזאָגט דער ייִט״אַ, אַז אַלע ייִדישע בנינים אין בודאַפּעשט געפֿינען זיך, זעט אויס, מחוץ דער זאָנע פֿונעם פּאָטענציעלן היזק, הגם אַ טייל אַלטע בית-עולמס קאָן צעשעדיקט ווערן.
פֿרײַטיק, דעם 7טן יוני, האָט די פֿראַנצויזישע נײַעס-אַגענטור „AFP‟ איבערגעגעבן, אַז טויזנטער אונגאַרן האָבן געאַרבעט די גאַנצע נאַכט, כּדי צו פֿאַרפֿעסטיקן די זאַמד-באַצוימונגען אַרום דעם שטײַגנדיקן טײַך, כּדי צו באַשיצן די בודאַפּעשטער געגנט פֿון דער קומענדיקער פֿאַרפֿלייצונג, וועלכע קאָן, לויטן וועטער-פּראָגנאָז, דערגרייכן אַ רעקאָרד-גרויסן מאַסשטאַב.
צום ערשטן מאָל אין מער ווי צען יאָר האָט אייראָפּע געליטן פֿון אַזאַ ריי פֿאַרפֿלייצונגען, וועלכע האָבן שוין געבראַכט די וואָך אַ סך היזק אין עטלעכע ראַיאָנען פֿון עסטרײַך, דײַטשלאַנד, טשעכיע און אונגאַרן. פֿרײַטיק, האָט דאָס וואַסער אינעם דונײַ דערגרייכט אַ רעקאָרד-הויכן ניוואָ. לכל-הפּחות 12 מענטשן אין צענטראַל-אייראָפּע זענען שוין אומגעקומען אינעם איצטיקן מבול; אין עטלעכע געגנטן האָט מען דורכגעפֿירט אַ מאַסן-עוואַקואַציע פֿון דער באַפֿעלקערונג.
לויט די פּראָגנאָזן, וועט די שטאַרקסטע פֿאַרפֿלייצונג געשען אין בודאַפּעשט מאָנטיק, די קומענדיקע וואָך. דאָס וואַסער אינעם דונײַ וועט שטײַגן אויף איבער 8 מעטער — מיט צען אינטשעס העכער, ווי דער פֿריִערדיקער רעקאָרד-ניוואָ פֿונעם יאָר 2006.
אין טשעכײַ, האָט מען זונטיק געמוזט פֿאַרמאַכן דעם פּראָגער ייִדישן מוזיי, צוליב די פֿאַרפֿלייצונג-צוגרייטונגען. דער מוזיי האָט זיך ווידער געעפֿנט מאָנטיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.