לאָס אַנדזשעלעס. — ס׳קאָן זײַן, אַז די קינאָ-קענער וועלן מוזן צוטראַכטן אַ נײַע קאַטעגאָריע, כּדי צו קלאַסיפֿיצירן דעם נײַעם פֿילם מיטן נאָמען „חנה אַרענדט‟, געווידמעט דער ביאָגראַפֿיע פֿון דער באַרימטער ייִדיש-דײַטשישער פֿילאָסאָפֿין.
ענטאָני אָליווער סקאָט, דער קינאָ-קריטיקער פֿון דער צײַטונג „ניו-יאָרק טײַמס‟, האָט עס פֿאַרגליכן מיט די „שיסערײַ‟-פֿילמען, הגם די העלדן אויפֿן עקראַן פֿירן אַ קאַמף נישט מיטן פֿיזישן געווער, נאָר מיט אידעען און טעאָריעס אויפֿן אינטעלעקטועלן „שלאַכט־פֿעלד‟. די רעזשיסאָרין, מאַרגאַרעטע פֿאָן טראָטאַ, האָט שוין פֿריִער געשאַפֿן פֿילמען וועגן ייִדישע פֿרויען מיט קאָמפּליצירטע ביאָגראַפֿיעס („ראָזאַ לוקסעמבורג‟) און וועגן דער נאַצי-תּקופֿה („ראָזענשטראַסע‟). דאָס מאָל האָט זי געמוזט לייזן אַ בוזונדערס שווערע אויפֿגאַבע: צו שילדערן אַ פֿרוי, וועלכע איז באַקאַנט, דער עיקר, צוליב אירע געדאַנקען. אינעם פֿילם זעט מען כּסדר, ווי די פֿילאָסאָפֿין אַרבעט בײַם שרײַב-טיש, רייכערט פּאַפּיראָסן שטילערהייט, שאָקלט זיך אַהין און צוריק אינעם פֿאָטעל און קוקן אַרויף אויף דער סטעליע.
נישט געקוקט אויף אַזעלכע סצענעס, גיט דער פֿילם איבער די אַטמאָספֿער פֿון אַ שאַרפֿן אינטעלעקטועלן געראַנגל, וואָס קאָן זײַן פּונקט אַזוי ברוטאַל און אימפּעטיק, ווי אַן עכטער באַוואָפֿנטער צוזאַמענטשטויס. נאָך דער ניו-יאָרקער פּרעמיערע, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין מײַ, וועט דער פֿילם אַרויס אין די אַמעריקאַנער קינאָ-טעאַטערס אין די קומענדיקע חדשים.
חנה אַרענדט איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע אינעם יאָר 1941, אַנטלויפֿנדיק פֿון דער נאַצי-אָקופּירטער אייראָפּע. אירע ווערק האָט מען הויך געשאַצט אין פֿילאָסאָפֿישע קרײַזן, אָבער זי איז געווען, בײַם אָנהייב, אומבאַקאַנט דעם ברייטערן עולם. וויליאַם שאָן, דער לעגענדאַרער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „ניו-יאָרקער‟, האָט באַשלאָסן אָפּצושיקן דווקא זי, און נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלע זשורנאַליסטקע, צו באַשרײַבן דעם מישפּט איבער אַדאָלף אײַכמאַנען אין ירושלים. אַרענדטס סעריע אַרטיקלען אינעם „ניו-יאָרקער‟, וועלכער זענען געוואָרן דער יסוד פֿון איר בוך „אײַכמאַן אין ירושלים: אַ באַריכט וועגן דער באַנאַליטעט פֿון שלעכטס‟, איז געוואָרן אַ סקאַנדאַליעזע סענסאַציע און געביטן איר לעבן. די פֿראַזע „באַנאַליטעט פֿון שלעכטס‟ איז געוואָרן אַ באַקאַנטער אַפֿאָריזם, מיט וועלכן זי האָט באַשריבן די מאָראַלישע באַשלוסן פֿון אײַכמאַנען און די נאַצי-ביוראָקראַטן, וועלכע האָבן געפֿאָלגט די באַפֿעלן פֿון זייער קאָמאַנדירשאַפֿט.
אַנשטאָט צו באַשרײַבן אײַכמאַנען ווי עפּעס אַן טײַוולאָנישן מאָנסטער, האָט אַרענדט געשילדערט אַ פּשוטן האַרצלאָזן טעכנאָקראַט. דערצו, האָט זי געמאָלדן, אַז אַ טייל ייִדן האָבן געשפּילט אַ ראָלע אין דער דעפּאָרטאַציע פֿון זייערע ברידער אין די טויט-לאַגערן. צוליב אַזעלכע דעות, האָבן אַ סך פֿון אַרענדטס נאָענטע פֿרײַנד זיך צעקריגט מיט איר. די „אַנטי-דעפֿאַמאַציע-ליגע‟ האָט געבעטן די רבנים צו פֿאַרדאַמען איר בוך אין זייערע דרשות בעת די ימים-נוראָים.
אינעם פֿילם ווערן געוויזן דרײַ קופּעס בריוו אויפֿן טיש פֿון אַרענדטס סעקרעטאַרשע. די קלענסטע קופּע באַשטייט פֿון פּאָזיטיווע אָפּרופֿן אויף איר בוך; די גרעסטע — פֿון מענטשן, וואָס האַלטן זי פֿאַר אַ „שרעקלעכער פֿרוי‟; אַן אַנדער גרויסע קופּע בריוו באַשטייט פֿון טויט-קללות און דראָונגען.
בסך-הכּל, קאָן מען זאָגן, אַז חנה אַרענדט האָט געשטרעבט מיט אירע פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען צו ווײַזן אירע תּלמידים, אַז כּדי אויסצומײַדן אין דער צוקונפֿט אַזעלכע קאַטאַסטראָפֿעס, ווי דער נאַצי-חורבן, מוז מען טראַכטן אומאָפּהענגיק און פֿאַרשטיין די מענטאַליטעט פֿון די נאַציס; דאָס מיינט נישט אָבער, אַז זיי זאָלן זיי מוחל זײַן.
נישט אַלץ אינעם פֿילם איז וועגן אינטעלעקטועלע געראַנגלען. עס ווערט אויך געוויזן איר פֿעיִקייט צו פֿירן טיפֿע פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס און צו זײַן אַ געטרײַע פֿרוי, וועלכע האָט תּמיד ליב געהאַט איר מאַן, נישט געקוקט אויף זײַנע ראָמאַנען אויף דער זײַט. זי אַליין האָט אַמאָל אויך, ווי דער פֿילם דערמאָנט, געפֿירט אַ ראָמאַן מיט מאַרטין הײַדעגער — דער באַרימטער דײַטשישער פֿילאָסאָף, וועלכער איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער נאַצי-פּאַרטיי אינעם יאָר 1933.
באַרבאַראַ סוקאָוואַ, די דײַטשישע אַקטריסע, וועלכע שפּילט אַרענדטס ראָלע, האָט דערקלערט, אַז דער שאַרפֿער שׂכל איז געווען סײַ דער עיקר-כּוח, סײַ די שוואַכקייט פֿון דער פֿילאָסאָפֿין. דערפֿאַר האָט זי באַשריבן דעם אײַכמאַן-פּראָצעס מיט אַ קאַלטן און אַ ביסל איראָנישן טעם, און נישט פֿאַרשטאַנען, אַז אַזאַ פּערספּעקטיוו וועט באַליידיקן אַ סך ייִדן פֿון דער שארית-הפּליטה און זייערע קרובֿים.
דער דיאַלאָג אינעם פֿילם גייט צומאָל אויף ענגליש, צומאָל אויף דײַטש, כּדי צוצוגעבן אויטענטישקייט צו אַ ריי דאָקומענטאַלע פֿראַגמענטן פֿונעם אײַכמאַן-פּראָצעס. אַ טייל געלט פֿאַרן פֿילם איז געקומען פֿון ישׂראלדיקע און ירושמלימער קינאָ-פֿאָנדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.