אויף אַ צאָל רוסיש-ייִדישע וועבזײַטן זענען לעצטנס פֿאָרגעקומען דיסקטוסיעס אין שײַכות מיט דעם, וואָס אורי אַבֿנרי, אַ באַקאַנטער ישׂראלדיקער שלום-אַקטיוויסט, האָט באַשולדיקט די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן אין עקסטרעם-רעכטע פּאָליטישע דעות, וועלכע שטערן צו דערגרייכן שלום מיט די פּאַלעסטינער. אַבֿנריס אַרטיקל, מיטן קעפּל „פֿאַרוואָס די רוסישע ייִדן זענען רעכטע ראַסיסטן‟ איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן סוף אַפּריל אויף דער וועבזײַט „Redressonline.com‟.
אַ טייל מחברים אויף דער דאָזיקער וועבזײַט זענען גאָר פּראָבלעמאַטישע פּאַרשוינען, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל באַקאַנטע אויסגעשפּראָכענע אַנטיסעמיטן — למשל, דער ישׂראלדיקער דזשאַז-מוזיקאַנט גלעד עצמון, וועלכן אַ צאָל לינקע גרופּעס און באַקאַנטע פּאַלעסטינער אַקטיוויסטן האָבן שוין פֿאַרדאַמט פֿאַר ווילדע אַנטי-ייִדישע אַרויסזאָגונגען. אַן אַנדער פּאַרשוין, וואָס דרייט זיך אויף דער דערמאָנטער וועבזײַט, איז דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט אַלאַן האַרט, וועלכער באַשולדיקט ישׂראל אינעם טעראָר-אַטאַק אויף די ניו-יאָרקער צווילינג-טורעמס און האָט אַמאָל אַרויסגעזאָגט דעם געדאַנק, אַז דער „מוסד‟ גרייט צו אַ נוקלעאַרן אַטאַק קעגן אַמעריקע.
אַבֿנריס אַרטיקל איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף רוסיש אויף דער וועבזײַט „Israelinfo.ru‟, וווּ עס פֿאַרזאַמלען זיך טאַקע רעכט-געשטימטע רוסיש-רעדנדיקע ייִדן. אַ טייל לייענער האָבן באַמערקט, אַז דער ענגלישער אָריגינאַל קומט פֿון אַ קוואַל, וווּ עס דרייט זיך אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע כאָפּטע אַנטיסעמיטן; פֿון זייער צד, האָבן זיי באַשולדיקט אַבֿנרי און „לינקע‟ בכלל אין אַנטיסעמיטיזם אָדער אין קאָלאַבאָראַציע מיט אַנטיסעמיטן. אַ טייל רוסישע קאָמענטאַטאָרן האָבן אָנגעהויבן ממש אַ פֿאַרמעסט צווישן זיך, ווי זיי וואַָלטן געוואָלט דעמאָנסטרירן, אַז יעדער פֿון זיי איז רעכטער און גרעבער ווי די אַנדערע.
צום בײַשפּיל, האָט איין קאָמענטאַטאָר אַרויסגעזאָגט דעם „גלענצנדיקן געדאַנק‟, אַז די אַראַבער האָבן, במחילה, סעקס מיט אייזלען; נאָך איינער האָט צו דעם צוגעגעבן, אַז די ספֿרדים זענען אויך פּונקט אַזעלכע „דעפֿעקטיווע‟ אַראַבער, און אַלע „לינקע‟ זענען „נידערטרעכטיקע אידיאָטן‟ און „אויסוווּרפֿן‟. נאָך עמעצער האָט באַשטעטיקט, אַז ער האָט פֿײַנט מענטשן מיט אַ טונקעלער הויט. וואָס דען, טענהט ער, זענען נישט-ווײַסע מענטשן, אַרײַנגערעכנט די מאַראָקאַנער ייִדן, טאַקע „פֿינצטערע און ווילדע באַשעפֿענישן‟.
די דאָזיקע קאָמענטאַרן דעמאָנסטרירן, אַז אורי אַבֿנרי האָט אָנגערירט אַן אַקטועלע פֿראַגע. ראַסיסטישע און שאָוויניסטישע שטימונגען זענען, צום באַדויערן, טאַקע פֿאַרשפּרייט צווישן די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן. די פּראָבלעם מיט זײַן אַרטיקל באַשטייט אָבער אין דעם, אַז דאָס קעפּל און דער תּוכן זענען אויך בפֿירוש שאָוויניסטישע. מיט אַ מענטאָרישן טאָן, באַטאָנט אַבֿנרי, אַז די רוסישע עולים שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערע קהילה, וועלכע האָט זיך פֿאַרשפּאַרט אין אַן „אַליין־געמאַכטן געטאָ‟, רעדט ווײַטער רוסיש און לייענט אייגענע צײַטונגען, „וואָס זיי אַלע זענען ווילד נאַציאָנאַליסטיש און ראַסיסטיש‟.
אַ ריי רוסיש-שפּראַכיקע ייִדישע צײַטונגען זענען טאַקע נאַציאָנאַליסטיש און נישט זעלטן ממש פֿאַשיסטיש. אַ טייל זענען אָבער געווידמעט גאַנץ נייטראַלע קולטורעלע טעמעס. עס זענען פֿאַראַן נישט ווייניק לינקע רוסישע ייִדן; איך קען פּערזענלעך עטלעכע צענדליקער פֿון זיי, וואָס שטימען פֿאַר דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי „חד״ש‟ אָדער זענען נאָך לינקער. אין ליבעראַלע מענטשנרעכנט- און שלום-אָרגאַניזאַציעס זענען אויך נישט ווייניק רוסיש-רעדנדיקע מיטגלידער.
אַבֿנריס דרשה, וואָס קוקט פֿון אויבן אַראָפּ, שאַפֿט אַזאַ אײַנדרוק, אַז ווען די רוסישע אימיגראַנטן זענען אָנגעקומען, איז די ישׂראלדיקע וועלטלעכע געזעלשאַפֿט געווען גרייט זיי אָנצונעמען מיט אָפֿענע אָרעמס. למעשׂה, ווי עס האָבן גאַנץ ריכטיק באַמערקט אַ סך אויפֿגעבראַכטע רוסישע קאָמענטאַטאָרן, האָבן די עולים פֿון רוסלאַנד אָפֿט געליטן פֿון דיסקרימינאַציע און עקאָנאָמישע שוועריקייטן; הויך-געבילדעטע מענטשן האָבן געמוזט ראַמען גאַסן, ווײַל זיי האָבן נישט געקאָנט געפֿינען אַ בעסערע אַרבעט.
איך האָב אַמאָל געשמועסט מיט אַן אַרמענער פֿרוי, וועלכע וווינט איצט אין ניו-יאָרק און איז געשטיצט געפֿערלעך נעגאַטיוו צו די אַפֿראָ-אַמעריקאַנער, הגם זי אַליין האָט כּסדר געליטן פֿון ראַסיזם, ווען זי האָט געוווינט אין רוסלאַנד און פֿילט זיך פֿרעמד אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אַ קרבן פֿון ראַסיזם ווערט צומאָל אַליין אַ ראַסיסט, לויט דעם באַקאַנטן פּסיכאָלאָגישן מעכאַניזם, פּראָיעצירנדיק די ראַסיסטישע שטימונגען אויף אַן אַנדער גרופּע. הגם די אַראַבער אין ישׂראל לײַדן אָפֿט פֿון דיסקרימינאַציע, שוין אָפּגערעדט פֿון די פּאַלעסטינער אויף די אָקופּירטע שטחים, זענען פֿאַראַן גאָר אָרעמע רוסישע ייִדן, וועלכע קוקן אויף זיי אָן מיט קינאה.
ס׳זעט אויס, אַז אַבֿנרי פֿילט זיך איצט באַקוועם אויף אַ וועבזײַט, וווּ עס שרײַבן כּסדר עכטע אַנטיסעמיטן, וועלכע האָבן ליב זײַן קריטיק פֿון ציוניזם. ס׳איז אָבער כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז אין זײַן יוגנט האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין „אירגון‟ — גאָר אַ רעכטע רעוויזיאָניסטיש-מיליטאַנטישע גרופּע, וואָס אירע קריטיקער האָבן זי געהאַלטן פֿאַר אַ פֿאַשיסטישער און טעראָריסטישער — און רעדאַגירט דעם רעוויזיאָניסטישן זשורנאַל „במאבֿק‟. אַ טייל פֿון די דערמאָנטע לינקע רוסיש-רעדנדיקע ייִדן האָבן אויך דורכגעמאַכט זי זעלבע פּערזענלעכע עוואָלוציע; אַ צאָל געוועזענע חסידים פֿון מאיר כּהנא זענען געוואָרן לינקע ראַדיקאַלן, איבערצײַגטע ליבעראַלן צי סתּם פֿאַרלוירן זייער אינטערעס צו פּאָליטיק.
אין אַבֿנריס פֿאַנטאַזיע ווערן די רוסישע ייִדן געשילדערט ווי עפּעס אַ מאָנאָליטישער בלאָק, הגם אין דער אמתן זענען זיי לעבעדיקע און דינאַמישע בריות, וועלכע טראַכטן זיך צומאָל איבער און דערטראַכטן זיך צו כּלערליי אָריגינעלע געדאַנקען. באַזונדערס קלאָר זעט מען דאָס אינעם ייִנגערן דור; אַ סך יונגע ייִדן אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד אינטערעסירן זיך נישט בכלל מיט פּאָליטיק.
אין אַן אַנדער אַרטיקל, פּובליקירט נישט לאַנג צוריק אויף דער זעלבער וועבזײַט, האָט אַבֿנרי שאַרף קריטיקירט דעם בריוו פֿון 100 באַקאַנטע רוסישע ייִדן, וועלכע האָבן געבעטן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער, בנימין נתניהו, „נישט צו נעמען אין באַטראַכט די מיינונגען פֿון דער וועלט, פֿון די אַמעריקאַנער פֿירער און אַפֿילו פֿון אײַנפֿלוסרײַכע אַמעריקאַנער ייִדן‟. אַבֿנרי, וועלכער האָט אָנגערופֿן די מחברים פֿונעם דאָזיקן בריוו „ציוניסטישע קינדער פֿון סטאַלין‟, האָט באַטאָנט, אַז זיי וואָלטן געקאָנט ציטירן די פּסוקים פֿונעם חומש, וווּ דער באַשעפֿער הייסט די ייִדן צו צעשטערן די זיבן אוראַלטע פֿעלקער פֿון ארץ-כּנען.
ס׳איז קלאָר, אַז די מחברים זענען טאַקע שטאַרק רעכט געשטימט. עס פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא: וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס מיטן חומש? מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, למשל, אַז עפּעס אַ רבֿ פֿון נטורי-קרתּא וואָלט ציטירט אָט-די פּסוקים, צוליב עפּעס אַ סיבה; להיפּוך, זענען ס׳רובֿ מחברים פֿונעם בריוו וועלטלעכע ייִדן, וועלכע גייט זיכער נישט אָן, וואָס יהושע-בן־נון האָט געטאָן מיט די כּנענים איבער 3,000 יאָר צוריק. דערצו, זאָלן זיי זײַן רעכטע צי לינקע, האָבן די מחברים דאָך נישט גערופֿן עמעצן צו הרגענען, נאָר האָבן בלויז געבעטן דעם פּרעמיער נישט פֿאָלגן אויסערלעכע השפּעות.
אַגבֿ, אַז מע רעדט שוין וועגן די כּנענים. אורי אַבֿנרי איז באַקאַנט מיט זײַנע אַנטי-רעליגיעזע דעות, דערפֿאַר באַטראַכט ער די תּורה, כּלומרשט, ווי אַ קוואַל פֿון „מערדערישע גענאָציד־געדאַנקען‟. יעדער יודע-ספֿר ווייסט אָבער, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט, אַפֿילו אין דער סאַמע „רעכטסטער‟ ווערסיע, ווערט די טאָטאַלע מלחמה קעגן די „שבֿעה עממים‟ ווי אַן אוניקאַלער יוצא-מן-הכּלל, און נישט אַן עצה נאָכצופֿאָלגן, חלילה. די חז״ל דערקלערן, אַז אויב די כּנענים וואָלטן זיך אָפּגעזאָגט פֿון זייער עבֿודה-זרה, וואָלטן ייִדן געקאָנט מיט זיי לעבן בשלום. אַלע קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, אַז די מלחמה פֿונעם כּיבוש-כּנען האָט געטראָגן אַ רעליגיעזן, און נישט קיין נאַציאָנאַלן צי ראַסיסטישן כאַראַקטער.
דערצו, טײַטשן אַ צאָל פּראָמינענטע ביבלישע פֿאָרשער אָפּ די דאָזיקע מחלמה ווי אַ מין אוראַלטע סאָציאַליסטישע רעוואָלוציע. ד״ר נאָרמאַן גאָטוואַלד האַלט, אַז די אוראַלטע ייִדן האָבן ווערבירט אַ סך אָרטיקע גרים צווישן די אָרעמע קלאַסן און דורכגעפֿירט, צוזאַמען מיט זיי, אַ מין אוראַלטע לינקע רעוואָלוציע. לויט אַזאַ אָפּטײַטש, זענען די „שבֿע עממים‟ געווען די אַריסטאָקראַטישע שיכטן, וועלכע האָבן עקספּלואַטירט און דערנידעריקט די אָרעמע-לײַט. פֿונעם דאָזיקן רעוואָלוציאָנערן געמיש פֿון אַנטלאָפֿענע מיצרישע שקלאַפֿן און די אָרטיקע גרים פֿון ארץ-כּנען איז אַרויסגעקומען, לויט גאָטוואַלדן, דאָס ייִדישע פֿאָלק.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, לייגט זיך אַזאַ אינטערפּרעטאַציע שטאַרק אויפֿן שׂכל. די כּנענישע עבֿודה-זרה, מיט אירע מענטשלעכע קרבנות און אַנדערע אַכזריותדיקע עלעמענטן, האָט באַדינט די אומיושרדיקע פֿירער; די נבֿיאים פֿאַרבינדט זי כּסדר מיטן סאָציאַלן אומיושר. אויב אַזוי, קאָן מען אויפֿנעמען די שאַרפֿע תּנ״כישע פּסוקים קעגן די „שבֿע עממים‟ ווי רעוואָלוציאָנערע לאָזונגען.
אַזוי צי אַזוי, שאַפֿט די הײַנטיקע אינטערנעץ-דיסקוסיע אַן אומאָנגעמענעם אײַנדרוק. אורי אַבֿנרי, אַ געניטער שלום־אַקטיוויסט, באַקאַנט מיט שאַרפֿזיניקע קריטישע געדאַנקען, האָט זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף די רוסישע ייִדן מיט אומיושרדיקע איבערגעטריבענע באַשולדיקונגען, אויסגעמישט מיט סתּירותדיקער אַנטי־רעליגיעזער רעטאָריק, שרײַבנדיק אויף אַ וועבזײַט פֿול מיט אַנטיסעמיטן. דער רוסישער עולם האָט אויף דעם געענטפֿערט מיט אַ כוואַליע ראַסיסטישע און רעכטע קאָמענטאַרן. שווער צו גלייבן, אַז מע קאָן דערגרייכן שלום דורך אַזעלכע קעגנזײַטיקע קריגערײַען און אומיושרדיקע גענעראַליזאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.