לויט אַ שטודיע פֿון דער „יו־דזשי־איי‟־פֿעדעראַציע פֿון ניו־יאָרק, איז לעצטנס שטאַרק געשטיגן די אָרעמקייט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער ניו־יאָרקער געגנט. מער ווי 560,000 מענטשן — 20% פֿון אַלע ייִדישע הויזגעזינדן אין דעם ראַיאָן — געפֿינען זיך אונטער, אָדער כּמעט אונטער דער אָרעמקייט־ליניע. דאָס איז צוויי מאָל אַזוי פֿיל זינט דעם יאָר 1991, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז במשך פֿון דער צײַט בלויז געוואַקסן מיט 14%.
דער באַריכט האָט אויך אָנגעוויזן, אַז כּמעט אַ העלפֿט פֿון די קינדער אין די ייִדישע הויזגעזינדן וווינען אין אָרעמע אָדער כּמעט־אָרעמע באַדינגונגען. די גרעסטע צאָל אָרעמע לײַט זענען די רוסיש־רעדנדיקע עלטערע לײַט; נאָך זיי — די חסידישע משפּחות און די נישט־רוסיש־רעדנדיקע עלטערע מענטשן.
בדרך־כּלל, ווען מע טראַכט וועגן אָרעמע לײַט, שטעלט מען זיך פֿאָר מענטשן, וואָס האָבן אַפֿילו נישט קיין שפּײַז אין שטוב, אָדער וועלכע גייען איבער די גאַסן אין אָפּגעריסענע קליידער. אין דער אמתן, איז דער ענין הײַנט אַ סך מער קאָמפּליצירט. דער באַריכט רעכנט אויך אַרײַן די הויזגעזינדן, וואָס זענען נישט אָפֿיציעל פֿאַררעכנט פֿאַר אָרעם, אָבער זיי פֿאַרדינען אַזוי ווייניק, אַז זיי מוזן אויך זיך ווענדן נאָך הילף — סײַ פֿון עסן, סײַ פֿון אַ וווינונג.
„לויט די פֿעדעראַלע תּקנות, איז אַ משפּחה פֿון פֿיר מענטשן פֿאַררעכנט פֿאַר אָרעם, בלויז דעמאָלט, ווען זי פֿאַרדינט ווייניקער ווי $33,000 אַ יאָר,‟ האָט בעת אַן אינטערוויו דערקלערט דניאל אַמזאַלאַג, דער וויצע־הויפּט פֿון פּערסאָנאַל בײַם Metropolitan Council on Jewish Poverty (דער אָרטיקער ראַט וועגן ייִדישער אָרעמקייט.
„דאָס מיינט, אַז אַ משפּחה פֿון פֿיר מענטשן, וואָס פֿאַרדינט צווישן 33,000$ און 55,000$, איז אפֿשר נישט באַצייכנט ווי אָרעם, אָבער ווי מיר זעען, מוטשען זיך די דאָזיקע משפּחות אויך.‟
במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן 58,000 ייִדישע הויזגעזינדן געזוכט שטיצע וואָס שייך שפּײַז און וווינונגען, און כּמעט אַ העלפֿט פֿון זיי זענען נישט געווען אָפֿיציעל „אָרעם‟, האָט אַמזאַלאַג באַטאָנט.
כּדי צו באַדינען ביידע שיכטן באַדערפֿטיקע — סײַ די וועלכע הונגערן טאַקע, סײַ די וועלכע זענען בלויז צײַטווײַליק פֿינאַנציעל געענגט — אַרבעט הײַנט דער „מעטראָפּאַליטאַן קאָונסיל‟ בשותּפֿות מיט אַ צווייטער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, „משׂביע‟.
„מיר העלפֿן די וואָס זענען ממש אין אַ קריזיס — די מענטשן וואָס האָבן גאָרנישט אין פֿרידזשידער, און זענען אין געפֿאַר,‟ האָט איבערגעגעבן אַלכּסנדר ראַפּאַפּאָרט, אַ גרינדער און אָנפֿירער פֿון „משׂביע‟. „בײַ אונדזערע טישן קען מען געפֿינען סײַ איינעם, וואָס איז געקומען פֿון ארץ־ישׂראל, בעטן נדבֿות פֿאַר אַ ישיבֿה, סײַ אַ מעקסיקאַנער טאָג־אַרבעטער, וואָס איז נישט קיין ייִד. מיר האַלטן זיך שווה לכל נפֿש, יעדער איז פֿאַר אונדז גלײַך, מאַכט נישט אויס, צי ער איז אַ ייִד, צי נישט.‟
אַ 102־יאָריקע ייִדישע פֿרוי, נישט קיין חרדישע, קומט אינעם צווײַג פֿון באָראָ־פּאַרק יעדן אויפֿדערנאַכט, האָט ראַפּאַפּאָרט צוגעגעבן.
דער „מעטראָפּאַליטאַן קאַונסיל‟, וועלכער שטעלט צו 60% פֿאַרן „משׂביע‟־בודזשעט, העלפֿט יענע מענטשן, וואָס האָבן פֿאַרלוירן די אַרבעט אָדער קענען מער נישט באַצאָלן דעם שׂכר־לימוד פֿאַר זייערע קינדער, און ווײַזן זיי ווי אַזוי אָנצוגעבן צו באַקומען שפּײַזמאַרקעס און „מעדיקייד‟.
„משׂביע‟ האָט דרײַ רעסטאָראַנען (אַ סך אַ שענער וואָרט ווי גאָרקיכן, אָדער soup kitchens) אין באָראָ־פּאַרק, פֿלעטבוש און ריגאָ־פּאַרק, קווינס. אין יעדן רעסטאָראַן, באַדינט מען די נויט־באַדערפֿטיקע אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן. אַנשטאָט זיי זאָלן שטיין אין אַ ריי צו קריגן עסן, זיצן זיי בײַ די טישן, און פֿרײַוויליקע סאַרווער באַדינען זיי. כּמעט יעדער טיש איז אַרומגעצאַמט מיט אַ פֿירהאַנג, כּדי צו געבן די יחידים און משפּחות אַ ביסל פּריוואַטקייט.
ביז לעצטנס האָט זיך אויך געפֿונען אַ „משׂביע‟־רעסטאָראַן אין וויליאַמסבורג, אָבער מע האָט עס געמוזט שליסן — ערשטנס, צוליב אַ דוחק פֿון פֿאָנדן, אָבער אויך ווײַל ווייניק מענטשן זענען געקומען, אַפֿילו אויב זיי האָבן געהאַט זייער ווייניק עסן אין שטוב.
„אַ באַלעבאַטישער ייִד אין וויליאַמסבורג גייט בכלל נישט אין רעסטאָראַן, ס׳איז נישט אַ טייל פֿון זייער קולטור,‟ האָט ראַפּאַפּאָרט דערקלערט. „וועלן זיי במילא נישט גיין אין רעסטאָראַן, אויב מע ווייסט, אַז דאָס איז פֿאַר אָרעמע לײַט.‟
וויליאַם ראַפּפֿאָגעל, דער הויפּט פֿון Met Council, האָט אָבער געזאָגט, אַז מע פּרוּווט ווײַטער צו באַדינען די אָרעמע אין וויליאַמסבורג. „אונדזערע וואָלונטירן ברענגען פּושקעס שפּײַז גלײַך צו זייער טיר.‟
דער בודזשעט פֿון „משׂביע‟ דערגרייכט הײַנט 1.8 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר, וואָס בלויז 5% דערפֿון ווערט געדעקט פֿון דער רעגירונג; דאָס איבעריקע מוז מען זאַמלען פֿון פּריוואַטע קוואַלן. הגם דאָס איז נישט קיין גרינגע זאַך בשעת אַ רעצעסיע, באַמיט זיך „משׂביע‟ עס צו טאָן ווי ווײַט מעגלעך. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט די אָרגאַניזאַציע זיך באַטייליקט אין צוויי אונטערנעמונגען. אין דער פֿרי, אין קיו־גאַרדענס, קווינס, האָט אַ פּאָרפֿאָלק, אַהרן און צפּורה לאַוב, געמאַכט אַ פֿרישטיק־בענעפֿיט לטובֿת „משׂביע‟; און זונטיק נאָכמיטאָג האָט ראַפּאַפּאָרט געדינט ווי איינער פֿון די „ריכטער‟ בײַם „לאָנג־אײַאַנד כּשרן באַרבעקיו פֿאַרמעסט‟, וווּ אַ טייל פֿונעם רווח איז געגאַנגען פֿאַר פֿינף צדקה־אָרגאַניזאַציעס אין לאָנג־אײַלאַנד, וואָס באַמיִען זיך צו באַקעמפֿן הונגער.
„׳משׂביע׳ טוט אויף נסים, אָבער מיר וואָלטן זיי געוואָלט העלפֿן טאָן נאָך גרעסערע נסים,‟ האָט ראַפּפֿאָגעל באַמערקט. „אַשטאָט איין מאָלצײַט אַ טאָג, האָפֿן מיר אין גיכן צוצושטעלן צוויי מאָלצײַטן. הלוואי זאָלן מיר אויף דעם געפֿינען פֿאָנדן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.