ס‘איז פֿאַראַן אַ מסורה, אַז דער איינציקער מענטש אויף דער וועלט, מחוץ „קאָקאָ־קאַלאַ‟, וואָס קען דעם גרויסן סוד פֿון אַלע אינגרעדיענטן אין דער סאָדע איז דער שטאָט־רבֿ פֿון אַטלאַנטאַ, וווּ עס געפֿינט זיך די הויפּטקוואַרטיר פֿון „קאָק‟. ער האָט געדאַרפֿט דאָס אַלץ וויסן, כּדי צו געבן דעם פּאָפּולערן געטראַנק אַ הכשר. אָבער אַטלאַנטאַ, דזשאָרדזשיאַ, איז נישט בלויז באַקאַנט פֿאַר „קאָק‟, נאָר אויך ווי דער קולטור־צענטער פֿונעם דרומדיקן טייל פֿון אַמעריקע און די היים פֿון אַ גרויסער און אַקטיווער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און ייִדיש שפּילט אַ ראָלע דאָרטן, בפֿרט אינעם „עמאָרי‟־אוניווערסיטעט.
די געשיכטע פֿון די ייִדן אין אַטלאַנטאַ שיידט זיך נישט אונטער אַ סך פֿון דער אַלגעמיינער געשיכטע פֿון די ייִדן אין די דרומדיקע שטאַטן — ייִדישע פּעדלער, כּמעט אַלע פֿון צענטראַל־אייראָפּע, זענען געקומען אַהין מיט פֿערד־און־וואָגן און באַשלאָסן צו בלײַבן און אויפֿבויען געשעפֿטן. אין 1850 האָבן נאָר 26 ייִדן געוווינט אין אַטלאַנטאַ, אָבער 10% פֿון די געשעפֿטן זענען געווען אין ייִדישע הענט. עטלעכע האָבן זיך גיך צוגעפּאַסט צו דעם לעבן־שטייגער אין די דרום־שטאַטן און אַפֿילו געהאַט שוואַרצע שקלאַפֿן אין הויז. אין 1880 האָבן שוין געוווינט 600 ייִדן אין דער שטאָט, און אַ רעפֿאָרם־טעמפּל האָט מען אויפֿגעשטעלט. כאָטש די ייִדן האָבן רעלאַטיוו ווייניק געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם, איז דער באַקאַנטסטער פֿאַל פֿון ייִדן־שׂינאה אין אַמעריקע פֿאָרגעקומען אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון אַטלאַנטאַ מיט פּונקט הונדערט יאָר צוריק, ווען אַ ווילדער המון האָט אַרויסגעשלעפּט דעם ייִד לעאָ פֿראַנק פֿון תּפֿיסה און אים אויפֿגעהאָנגען.
הײַנט וווינען שוין 80 טויזנט ייִדן אין אַטלאַנטאַ, מיט אַ קהילה־צענטער, אַ מושבֿ־זקנים, און עטלעכע מנינים און שילן, און מיט אַן אַקטיוו געזעלשאַפֿטלעך און קולטורעל לעבן. די קרוין פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט אין אַטלאַנטאַ איז „עמאָרי‟־אוניווערסיטעט. שוין 30 יאָר ווי ער איז באַקאַנט ווי אַ צענטער פֿון ייִדישע סטודענטן אינעם דרומדיקן טייל פֿון אַמעריקע, און די סטודענטן שטאַמען פֿון דער ניו–אָרקער געגנט — ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי און קאָנעטיקוט. לויט דער סטאַטיסטיק פֿון דער „הילל־פֿונדאַציע‟ באַטרעפֿט די ייִדישע סטודענטן־באַפֿעלקערונג מער ווי אַ פֿערטל פֿון דער אַלגעמיינער ביז־גראַדויִר־סטודענטנשאַפֿט.
שוין זעקס יאָר וואָס ד״ר מרים יודעל איז געוואָרן די פּראָפֿעסאָרין פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין „עמאָרי‟. ייִדיש קען זי נישט פֿון דער היים. בײַם שטודירן ווי אַ ביז־גראַדויִר־סטודענט אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, האָט פּראָפֿ׳ רות ווײַס, נאָכן איבערלייענען יודעלס טעזיס וועגן דער העברעיִשער פּאָעטעסע דליה רביקובוץ געעצהט איר זיך צו פֿאַרטיפֿן אין ייִדיש, ווי אַ טייל פֿון איר שטודיע פֿון פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטורן. האָט מרים ווײַטער שטודירט די ייִדישע ליטעראַטור, ווי אַ גראַדויִר־סטודענטקע בײַ ד״ר ווײַס, און די שפּראַך זיך געלערנט אין האַרוואַרד און אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם. איר דאָקטאָראַט האָט געפֿאָרשט די טעמע — „די עטיק פֿון רעדן אין דער מאָדערניסטישער ליטעראַטור‟. ווי אַ טייל פֿון דער שטודיע האָט זי באַטראַכט די משלים פֿון אליעזר שטיינבאַרג, אין וועלכע עס טרעפֿט זיך אָפֿט, אַז צוויי כאַראַקטערן צעקריגן זיך, ווער עס האָט מער כּוח און ווער ווייניקער.
הײַנטיקס יאָר האָט זי, אַ דאַנק אַ סובסידיע, געהאַט צײַט צו שרײַבן אַ בוך וועגן דער „פּיקאַרעסק‟ (די ווילדע, פֿריילעכע פּאַסירונגען פֿון אַ העלד) אין דער ייִדישער (דזשויִש) ליטעראַטור. צווישן די מחברים אויף ייִדיש, וועלכע זי פֿאָרשט פֿאַר דער אַרבעט זענען — שלום־עליכם, י. באַשעוויס, איציק מאַנגער און ישׂראל ראַבאָן. דעם האַרבסט־זמן, 2013, וועט זי אָנפֿירן מיט אַ קורס — „די ייִדישע קולטור: טאַטע־מאַמעס, קינדער און דער בײַט פֿון דורות‟, אין וועלכן זי וועט ניצן ייִדישע פֿילם, דאָקומענטן, ווי „בינטל בריוו‟ און די ייִדישע ליטעראַטור. עס האָבן זיך שוין פֿאַרשריבן 35 סטודענטן אויף דעם קורס. פּראָפֿ׳ יודעל דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז אַזוי ווי זי האָט געאַרבעט אַליין דאָס גאַנצע יאָר, איז „פֿאַרזשאַווערט‟ געוואָרן איר ייִדיש און זי האָט בדעה זיך צו פֿאַרשרײַבן אין חוה לאַפּינס קורס בײַ דער ייוואָ־זומער־פּראָגראַם אין ניו־יאָרק וועגן לעבן־שטייגער, כּדי אויפֿצופֿרישן איר מאַמע־לשון.
עס האָט זי פֿאַרטראָטן, ווי דער ייִדיש־לערער הײַנטיקס יאָר אין „עמאָרי‟, ד״ר אַנדריי ברעדטשיין. אַ געבוירענער אין סימפֿעראָפּל, איז ער אויפֿגעוואַקסן אין מאָסקווע. ער וווינט, געוויינטלעך, אין אָסטין, טעקסעס, און האָט דאָרטן פֿאַרענדיקט זײַן דיסערטאַציע וועגן דעם רוסיש־העברעיִשן שרײַבער אורי־ניסן גנסין. לעצטנס, פֿאָרשט ער די ייִדישע פּרעסע אויף רוסיש. ד״ר ברעדשטיין דערציילט, אַז די סטודענטן קענען מיט ייִדיש צופֿרידנשטעלן די שפּראַך־פֿאָדערונג פֿונעם אוניווערסיטעט, דעריבער פֿאַרשרײַבן זיך פֿון 10 ביז 15 סטודענטן יעדן זמן, כאָטש מיט ייִדיש האָבן זיי נישט קיין פֿאַרבינדונג פֿון דער היים. ס‘רובֿ אוניווערסיטעטן אין אַמעריקע וווּ מע לערנט ייִדיש וואָלטן געווען גאָר צופֿרידן מיט אַזאַ צאָל סטודענטן.
די ייִדיש־פּראָגראַם אין „עמאָרי‟ וואַקסט, און פּראָפֿ׳ יודעל האָפֿט, אַז עס וועט זיך אַנטוויקלען אין גיכן, אַ גרופּע פֿון אַוואַנסירטע סטודענטן, מיט וועלכע מע וועט קענען לייענען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.