אַמעריקאַנער ווילן געדענקען

Americans Want To Remember

דער חורבן־מוזיי Candles אין טער האַוט, אינדיאַנע
CANDLES
דער חורבן־מוזיי Candles אין טער האַוט, אינדיאַנע

פֿון גיל שעפֿלער (ייִט״אַ)

Published June 12, 2013, issue of July 05, 2013.

בעת דער גרונטשטיין־צערעמאָניע פֿאַרן פּלאַנירטן 400,000־דאָלאַרדיקן חורבן־דענקמאָל, האָט דער עולם זיך צוגעהערט, ווי אַ ריי רעדנער מערקן אָפּ דעם אָנדענק פֿון די אומגעקומענע ייִדן במשך פֿון דעם סאַמע פֿינצטערן קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דער מענטשהייט.

בדרך־כּלל, איז דאַס בויען אַ חורבן־מאָנומענט נישט קיין אומגעוויינטלעכע זאַך. אָבער דער דענקמאָל וועט שטיין אין דע־מוינס, אײַאָווע — אַ שטאָט פֿון 207,000 נפֿשות, וווּ בלויז 2,800 פֿון זיי זענען ייִדן, און די צאָל לעבן־געבליבענע פֿון חורבן איז גאָר אַ קליינע.

פֿון דעסטוועגן, האָבן די אָרטיקע אינסטאַנצן, אין איינעם מיט עטלעכע ייִדישע פֿילאָנטראָפֿן און דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿונען דע־מוינסער ראַיאָן, געהאַלטן פֿאַר וויכטיק צו שטעלן אַן עפֿנטלעכן מאָנומענט אויף אַ פּראָמינענטן אָרט — לעבן דעם שטאַטישן קאָנגרעס־בנין, כּדי אָפּצומערקן די קרבנות פֿון די נאַציסטישע רדיפֿות, און זייערע באַפֿרײַער.

הגם ס׳איז שווער צו וויסן די פּינקטלעכע ציפֿער, זאָגן די חורבן־היסטאָריקער, אַז במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 20 יאָר איז שטאַרק געוואַקסן די צאָל מוזייען און מאָנומענטן, געווידמעט דעם גענאָציד. אַלע גרויסע אַמעריקאַנער שטעט האָבן כאָטש איין חורבן־דענקמאָל, אָבער איצט זעט מען זיי אויך אין די קלענערע שטעט, ווי ריטשמאָנד, ווירדזשיניע; טשאַרלסטאָן, דרום־קאַראָלײַנע, און על־פּאַסאָ, טעקסאַס. מע קען אַפֿילו געפֿינען דענקמעלער אין קליינע שטעטלעך ווי וויטוועל, טענעסי און פּאַם־דעזערט, קאַליפֿאָרניע.

דער פֿענאָמען קומט פֿאָר נישט בלויז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין נאָרוועגיע — אַ לאַנד מיט בלויז 1,300 ייִדן, שטייען צוויי חורבן־דענקמעלער.

„עס געפֿינען זיך מסתּמא מער ווי 300 חורבן־שטודיע־צענטערס און מוזייען איבערן לאַנד,‟ האָט דערקלערט דזשיימס יאָנג, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ענגליש און ייִדישע שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט פֿון מאַסאַטשוסעטס, און דער מחבר פֿון אַ בוך וועגן די אופֿנים ווי אַזוי מענטשן פֿאַרגעדענקען דעם חורבן.

„אין מאַנהאַטן אַליין, געפֿינען זיך 80 דענקמעלער,‟ האָט ער געזאָגט. „איבערן לאַנד קאָנען זײַן אפֿשר טויזנטער אַנדערע.‟

יאָנג זאָגט, אַז דאָס בויען די חורבן־מאָנומענטן און מוזייען כּמעט 70 יאָר נאָך דער מלחמה ווערט אָפֿט מאָל איניציִיִרט פֿון דער שארית־הפּליטה אַליין. איצט אַז די ייִנגסטע פֿון זיי ווערן שוין 80 יאָר אַלט, ווילן זיי דערציילן די צוקונפֿטדיקע דורות וועגן זייערע איבערלעבונגען.

איינער אַזאַ מענטש איז עוואַ מאָזעס קאָר, אַ 79־יאָריקע פֿרוי, וועלכע האָט מיט איר צווילינג־שוועסטער דורכגעמאַכט די אַכזריותדיקע מעדיצינישע עקספּערימענטן פֿונעם נאַצישן מלחמה־פֿאַרברעכער, ד״ר זשאָזעף מענגעלע. אין 1995 האָט קאָר געגרינדעט דעם חורבן־מוזיי און דערציִונג־צענטער Candles, אין טער־האַוט, אַ קליינע שטאָט אין מערבֿ־אינדיאַנע, וווּ זי וווינט זינט די 1950ער יאָרן.

יעדעס יאָר באַזוכן דעם צענטער בערך 75,000 קינדער פֿון די דערבײַיִקע שטעטלעך. קאָר און צוויי אַנדערע לעבן־געבליבענע, אַרײַנגערעכנט איר מאַן, דערציילן די קינדער וועגן זייער איבערלעבונג. „דער חורבן איז נישט קיין קריסטלעכע זאַך, אָדער אַ ייִדישע זאַך. ס׳איז אַ מענטשלעכע זאַך,‟ האָט זי געזאָגט.

אַ טייל פֿון די בויער פֿון חורבן־דענקמעלער זענען נישט קיין ייִדן בכלל. מײַקל טודאָר, אַ קריסטלעכער אַדוואָקאַט אין לויִזיאַנע, וועט אָנהייבן בויען אַ חורבן־דענקמאָל אין זײַן היימשטאָט, אַלעקסאַנדריע אין נאָוועמבער. „אַמעריקע האָט אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט דער באַפֿרײַונג פֿון די קאָנצענטראַציע־לאַגערן, און מיר האָבן דאָ אין אַלעקסאַנדריע תּמיד געהאַט אַן אַקטיוון ייִדישן ייִשובֿ,‟ האָט טודאָר געזאָגט.

דער פּריוואַט־געשטיצטער דענקמאָל וועט גרייכן ביז 18 פֿוס, „ווײַל 18 איז אַ סימבאָלישע ציפֿער אין דער ייִדישער טראַדיציע,‟ האָט טודאָר צוגעגעבן.

אין די קומענדיקע יאָרן וועט מען אָבער מסתּמא אויפֿהערן בויען נײַע דענקמעלער, זאָגט יאָנג. „די שארית־הפּליטה גיט דאָס געלט און דעם סטימול פֿאַר די פּראָיעקטן. דער ייִנגערער דור וועט זײַן ווייניקער גענייגט דאָס צו טאָן.‟