פּאַריז. — מיט צוויי מאָבילקעס אין די הענט, שטייט מאַרק פֿישל אינעם פֿאַרשמײַעטן גרינסן־מאַרק „ראָנזשי‟, און דערבײַ האַלט ער אַן אויג אויף עטלעכע טאָן גרינסן, וואָס טויזנטער פֿראַנצויזן עקספּאָרטירן יעדן טאָג איבער גאַנץ אייראָפּע.
דער 40־יאָריקער פֿישל קומט גוט אויס מיט די אַזיאַטער, אַראַבער און אַפֿריקאַנער, וועלכע אַרבעטן מיט אים אין „ראָנזשי‟. ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז דער פֿראַנצויזישער ייִדישער הענדלער איז אַ נײַער שטערן אין דער מוזיקוועלט פֿון פּאַריז, און זײַנע 20 קאָנצערטן זענען אַלע אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן.
די פֿראַנצויזישע מעדיאַ האָט שוין פּובליקירט אַ ריי לויב־אַרטיקלען וועגן אים. דער מוזיק־רעצענזענט פּיער דע־בואַשו האָט, אין „לע פֿיגאַראָ‟, פֿאַרגלײַכט פֿישלס עמאָציאָנעל געזאַנג און פּשוטע פּיאַנע־מעלאָדיעס מיט דער פֿאַרשטאָרבענער פּאָפּ־לעגענדע, מישעל בערגער, אויך אַ פּאַריזער ייִד.
„פֿאַר מיר איז דאָס געווען אַ געוואַלדיקער קאָמפּלימענט,‟ האָט פֿישל באַמערקט.
איינער פֿון פֿישלס גרעסטע שלאַגערס איז „מײַן לעבן אויפֿן מאַרק‟ (C‘est Ma Vie Dans Les Halles), וועגן זײַן אַרבעט אין „ראָנזשי‟. דעם „יו־טוב‟ ווידעאָ פֿונעם ליד האָט מען שוין געזען מער ווי אַ מיליאָן מאָל.
פֿישלס טאַטע, אַ דענטיסט, האָט אים קינדווײַז געלערנט ווי צו שפּילן פּיאַנע און זײַנע פֿרײַנד האָבן אים געמוטיקט צו מאַכן אַ מוזיקאַלישע קאַריערע.
אַחוץ זײַן מוזיקאַלישן טאַלאַנט, איז פֿישלס פּראָפֿיל אויך אַ באַווײַז, ווי אַזוי די ייִדן און מוסולמענער פֿונעם אַרבעטער־קלאַס קאָנען גוט אויסקומען אין אַ שטאָט, וווּ די באַציִונגען צווישן די צוויי גרופּעס זענען אָפֿט אָנגעשטרענגטע. אויך פֿישלס מוזיקאַלישע מיטאַרבעטער באַטרעפֿן אַ קולטורעל געמיש: דער גיטאַר־שפּילער, זיזו סאַדקי, איז דער זון פֿון אַ מוסולמענישן אימיגראַנט פֿון מאַראָקאָ, און פֿישלס מיט־זינגערין, נורית, איז אַ וועטעראַן פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי און אַ פּאָפּולערע ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייט.
פֿישל זאָגט, אַז נישט געקוקט אויף דער אַנדערשקייט פֿון זײַנע צוויי קאַריערעס, האָבן זיי איין זאַך בשותּפֿות: בײַ ביידע, שפּילן פּאָליטיק און רעליגיע נישט קיין ראָלע. „דאָ אין מאַרק איז דער עיקר — דאָס געשעפֿט, און בײַ דער מוזיק — די האַרמאָניע,‟ האָט ער באַמערקט.
בעת אַן אינטערוויו אינעם רעסטאָראַן פֿונעם גרינסן־מאַרק, דערפֿילט מען באַלד פֿישלס וואַרעמקייט און צוגעלאָזטקייט. אָפֿט מאָל, ווען אַ מיטאַרבעטער איז פֿאַרבײַגעגאַנגען, איז ער אויפֿגעשפּרונגען און אים אַרומגעכאַפּט.
הגם פֿישל חבֿרט זיך מיט מענטשן פֿון אַלע עטנישע און רעליגיעזע גרופּעס, באַצייכנט ער זיך ווי „אַ שטאָלצער ייִד‟ און אַ ציוניסט. מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז ער אויפֿגעטראָטן אויף זײַן ערשטן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנצערט אין תּל־אָבֿיבֿ. „דאָס איז געווען דער שטאָלצסטער מאָמענט פֿון מײַן לעבן,‟ האָט ער געזאָגט.
פֿישל זאָגט, אַז ער האָט ליב זײַן אַרבעט אין מאַרק, אָבער זינט ער האָט אָנגעהויבן זײַן מוזיקאַלישע קאַריערע אַרבעט ער 19 שעה אַ טאָג. „כ׳בין משוגע פֿאַר מוזיק, אָבער כ׳ווייס נישט ווי לאַנג כ׳וועל קענען אויפֿהאַלטן אַזאַ לעבנשטייגער.‟ פֿון דעסטוועגן, וויל ער נישט פֿאַרלאָזן זײַן טאָג־אַרבעט, וואָס ער טוט שוין צען יאָר לאַנג. „מע וועקט זיך נישט אויף צו דער אַרבעט 3 אַ זייגער פֿאַרטאָג, סײַדן מע האָט שטאַרק ליב די אַרבעט,‟ האָט ער געזאָגט.
אָבער זײַן פֿרײַנד, זשעראַר, זאָגט, אַז ער וואָלט פֿאַרשטאַנען, אויב פֿישל וועט באַשליסן זיך צו פֿאַרנעמען בלויז מיט מוזיק, און האָט געזאָגט מיט אַ שמייכל: „האָפֿנטלעך, ווען ער וועט ווערן וועלט־באַרימט, וועט ער נאָך אַלץ געדענקען אונדזערע נעמען.‟
די משׂא־אויטאָס ברענגען גרינסן און פֿרוכטן, אַראָמאַטן און קאָלירן
אָן אַ שיעור טעמען און נאָסטאַלגישע ריחות.
פֿרישע פֿיש, שאַמפּאַניע פֿליסט פֿרײַ
דאָס לעבן אין מאַרק — אַ טעאַטער פֿון לעבן
מע וועגט די סחורה, מײַן חבֿר קען דאָס געשעפֿט — טאַקע אַ באַנדיט!
כ׳גיי אַריבער אינעם בנין E2, כ׳פֿאַרגעס די געשמאַקע קעזן
כ׳דערבליק אַ מאַנגאָ — פֿאַר אַזאַ פּרײַז וויל איך עס אויסכאַפּן!
אַ ציבעלע וויינט מיט טרערן פֿון פֿרייד
דאָס זענען ווילדע נעכט, נישט־באַצאָלטע סחורה, געפֿערלעכע באַדינגונגען
אָבער דאָ פּולסירט דאָס לעבן, דער ווערב איז אַקטיוו
מע קויפֿט, וועגט, פּאַקט אײַן און מע שיקט אַרויס
צו די טירן פֿון פּאַריז, די שליסל פֿון גן־עדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.