אַ געראָטענע דיסערטאַציע

A Useful Doctoral Study


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 14, 2013, issue of July 05, 2013.
נחמן מײַזיל
נחמן מײַזיל

מעגלעך, כ‘האָב אַ טעות, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז, אַ חוץ די אַרטיקלען אין ענציקלאָפּעדיעס, איז דערווײַל ניטאָ קיין אַקאַדעמיש צוגעגרייטע אַרבעט, וואָס זאָל זיך קאָנצענטרירן אויף דער טעטיקייט פֿון דעם ליטעראַטור-קריטיקער, רעדאַקטאָר און פֿאַרלעגער נחמן מײַזיל (1887–1966). ער איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט פֿאַרגעסן געוואָרן אין כּלערליי פֿאָרשונגען, אָבער קיין באַזונדערן פּאָרטרעט האָבן מיר ניט. און דאָס איז ניט יושרדיק לגבי אַזאַ וויכטיקער פֿיגור אין אונדזער קולטור-געשיכטע. בפֿרט נאָך, אַז מײַזילס לעבן, זײַן גורל פֿאַרקערפּערן אין אַ גרויסער מאָס דאָס לעבן, דעם גורל פֿונעם אידעאָלאָגישן און פּראַקטישן ייִדישיזם.

מײַזילס לעבנסוועג צעטיילט זיך כראָנאָרלאָגיש אויף פֿינף סעגמענטן. צוויי פֿון זיי זײַנען פֿאַרבונדן מיט קיִעוו — פֿאַר דער רעוואָלוציע, ווען ער (צוזאַמען מיט דוד בערגעלסאָנען און אַ צאָל אַנדערע פּען-מענטשן און טוער) האָט געהערט צו דער גרופּע יונגע ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש, און נאָך דער רעוואָלוציע, ווען די זעלבע גרופּע און אַנדערע לײַט האָבן געשאַפֿן די „קולטור-ליגע‟. די ראָלע פֿון דער „קולטור-ליגע‟, איר דירעקטע און אומדירעקטע השפּעה אויף דער ייִדישער קולטור-טעטיקייט אין אַלע לענדער, דאַרף מען נאָך ווי עס דאַרף צו זײַן אַנאַליזירן און באַשרײַבן. קיין ריכטיקע געשיכטע פֿון דער דאָזיקער אוניקאַלער נעץ פֿון עטלעכע הונדערט קולטור-אינסטיטוציעס, צעוואָרפֿן איבער לענדער און קאָנטינענטן, איז דערווײַל ניט אָנגעשריבן געוואָרן.

דער דריטער סעגמענט אין מײַזילס לעבן איז פֿאַרבונדן מיט וואַרשע, וווּ ער און זײַנע מיטדענקער האָבן געפּרוּווט איבערצופֿלאַנצן די „קולטור-ליגע‟, ווען אין קיִעוו האָט מען זי גענומען „באָלשעוויזירן‟. ס’איז נאָך געווען אַ ניו-יאָרקער סעגמענט, און אַ ישׂראלדיקער. אָבער הײַנט וועל איך זיך אָפּשטעלן נאָר אויף מײַזילס וואַרשעווער תּקופֿה.

דער פּלאַן פֿון באַנײַען די טעטיקייט פֿון דער „ליגע‟ אין וואַרשע איז גיך אַרײַן אין אַ טעמפּן ווינקל. די פּוילישע סבֿיבֿה איז געווען צו שטאַרק פּאָליטיזירט און קליקיש-צעברעקלט, און קיין שטח איז ניט פֿאַרבליבן פֿאַר עפּעס אַ „ליטוואַקישער‟ אידעע. אָבער מײַזילן האָט זיך פֿון דעסטוועגן אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ טריבונע פֿאַר דער אידעאָלאָגיע פֿון דער „קולטור-ליגע‟. דאָס איז געווען די וועכנטלעכע צײַטונג „ליטעראַרישע בלעטער‟, אַ קוואַל, דערווײַל נאָך ניט אין גאַנצן אויסגעשעפּטער, פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן כּלערליי אַספּעקטן פֿון ייִדישער קולטור, און ייִדישן לעבן בכלל, אין די 1920ער און 1930ער יאָרן.

איך האָב די טעג באַקומען זייער אַ שיינע מתּנה — די דאָקטאָר-דיסערטאַציע פֿון סימע בארי (Sima Beeri), וואָס הייסט Language in its place: Yiddish as seen through the historical prism of Literarishe bleter 1924-1939. די דאָזיקע דיסערטאַציע איז פֿאַרטיידיקט געוואָרן הײַיאָר אין דעם ייִדישן אָפּטייל פֿון דעם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט-קאָלעדזש. די אַרבעט האָט אַ געראָטענע סטרוקטור: אַ חוץ דער אַלגעמיינער געשיכטע פֿון „ליטעראַרישע בלעטער‟, ווערן אַנאַליזירט פֿאַרשיידענע טעמעס, וועלכע האָבן פֿאַרנומען צענטראַלע ערטער אויף די שפּאַלטן פֿון דער צײַטשריפֿט. אַ סך אָרט ווערט אויסגעטיילט נחמן מײַזילן, וואָס האָט די דאָזיקע אויסגאַבע העראָיִש געשלעפּט אויף זײַנע פּלייצעס.

אַ שווערע טירחה איז עס געווען; מײַזיל האָט געוואָלט בלײַבן אומאָפּהענגיק פֿון די פּאַרטיי-רײַסענישן, וואָס האָבן געהערשט אין פּוילן אויף דער ייִדישער גאַס. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט אויף אים געקוקט קרום, אַ שטייגער, דער „בונד‟, האַלטנדיק די „ליטעראַרישע בלעטער‟ פֿאַר שיִער ניט קיין קאָמוניסטישער אויסגאַבע. אַ שמץ אמת איז אין דעם געווען, בפֿרט נאָך, אַז באָריס קלעצקין, דער פֿאַרלעגער, איז געווען פּראָ-סאָוועטיש געשטימט. מײַזיל אַליין האָט סימפּאַטיזירט, מיט געוויסע באַוואָרענישן, דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

אָבער באַזונדערש שווער איז געווען די דאָליע פֿון „ליטעראַרישע בלעטער‟ צוליב דעם וואָס ס’רובֿ ייִדישע לייענער זײַנען אינטעלעקטועל געווען ניט מסוגל צו לייענען אַ צײַטונג, אויסגערעכנט אויף אַ פֿיל-זײַטיק געבילדעטן מענטשן. דאָס איז דאָך געווען די שטענדיקע פּראָבלעם פֿאַר דער גאַנצער ייִדישער פּרעסע: דער געבילדעטער עולם האָט אָפֿט מאָל ניט געוואָלט נעמען אין די הענט קיין ייִדישע צײַטשריפֿט און געלייענט נאָר אויף פּויליש, רוסיש, ענגליש וכ’. דער סוף איז געווען, אַז די פּרעסע האָט געמוזט באַפֿרידיקן די אינטערעסן פֿון דעם ווייניקער געבילדעטן המון, ווי אויך אַ באַגרענעצטע צאָל אינטעלעקטואַלן, וואָס זײַנען צוליב פֿאַרשיידענע סיבות פֿאַרבליבן געטרײַ דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

קיין חידוש ניט, אַז די צײַטונג האָט בדרך-כּלל געהאַט אַ טיראַזש פֿון אין גאַנצן אַ פּאָר טויזנט קאָפּיעס. דאָס איז געווען מער אָדער ווייניקער דער געוויינטלעכער טיראַזש פֿאַר אַזאַ מין לעקטור אַפֿילו אין די צײַטן, ווען הונדערטער טויזנטער ייִדן האָבן גערעדט ייִדיש און געשיקט זייערע קינדער אין די ייִדישע שולן. זיי פֿלעגן זיך ניט אָפּזאָגן פֿון לייענען אַ צײַטונג, וואָס האָט ניט געפֿאָדערט פֿון זיי צו זײַן באַהאַוונט אין די „קליינע אותיות‟ פֿון מאָדערנער קולטור, מיט וועלכער ס’איז געווען אָנגעזעטיקט די „ליטעראַרישע בלעטער‟.

מיט אַ חודש צוריק האָב איך אין דעם ייִוואָ-אַרכיוו אַרײַנגעקוקט אין אַ טעקע, וואָס געפֿינט זיך צווישן די פּאַפּירן פֿון אַבֿרהם קאַהאַן. דאָרטן ליגן כּתבֿ-ידן פֿון נחמן מײַזילן, צוגעשיקן אין „פֿאָרווערטס‟, אָבער אויף וועלכע עס שטייט געשריבן, אַז מע האָט זיי ניט אָנגענומען. קאַהאַן האָט געהאַט אין זינען דעם מאַסן-לייענער, בעת מײַזיל האָט זײַן גאַנץ לעבן געזוכט דעם אינטעלעקטועלן לייענער.

איך האָף, אַז סימע בארי וועט זיך אײַנגעבן צו געפֿינען אַ פֿאַרלעגער פֿאַר איר אַרבעט, וועלכע פֿאַרדינט, מע זאָל זי לייענען ניט נאָר ווי אַ כּתבֿ-יד.