די הײַיאָריקע „פֿאָלקסבינע‟־גאַלאַ, וואָס איז פֿאָרגעקומען מאָנטיק, דעם 10טן יוני, איז זיכער געווען די בעסטע, וואָס איך האָב ווען עס איז געזען אין מײַן לאַנגער קאַריערע ווי אַ ייִדישער טעאַטער־קריטיקער (אַן ערך 8 יאָר). אַ גאַלאַ-פֿאָרשטעלונג דאַרף ניט האָבן קיין סיפּור־המעשׂה, קיין אויסגעאַרבעטע כאַראַקטערן, קיין דראַמאַטישע שפּאַנונג. זי דאַרף נאָר אימפּאָנירן מיטן הויכן קלאַנג, איר אָרקעסטער — פֿאַרחידושן מיט דער פֿאַרשיידנקייט פֿון אירע זינגער, און גלאַנצן מיט אירע גרויסע שטערן. כאָטש אין דעם זשאַנער קען די הײַנטיקע „פֿאָלקסבינע‟ זיך נאָך פֿאַרגלײַכן מיט — און אפֿשר אַפֿילו אַריבעריאָגן — די גרעסטע ייִדישע טעאַטערס פֿון אַ מאָל.
אויף אַזאַ אָוונט קומען ניט בלויז די ווייניק פֿאַרבליבענע אַלטע פּאַטריאָטן און ליבהאָבער פֿון ייִדישן טעאַטער, נאָר אויך אַ געוויסע צאָל גבֿירים און גרויסע קאַרפּנקעפּ, וואָס גיבן געלט, אָבער קענען ניט קיין צורת־אות פֿון ייִדיש און ווייסן פֿון דער ייִדישער קולטור אַ קרענק. אָבער פֿאַר זיי דאַרפֿן מיר דאַנקען און לויבן דעם וואָס זיצט אויבן, ווײַל אָן די רײַכע עם־הארצים וואָלט די מערכה פֿון אונדזער ביסל ייִדישן טעאַטער געווען אַ סך ערגער. מע טאָר ניט אָפּלאַכן פֿון די גבֿירים. ווען מיר וואָלטן געהאַט זייער חכמה און זייערע מיליאָנען, וואָלטן מיר מסתּמא ניט געווען בעסער. איך וואָלט איצט בכלל ניט געשריבן די דאָזיקע רעצענזיע, נאָר געלעגן בײַם ים אויף אַן אינדזל אויף די באַהאַמאַס, מיט אַ קאָקטייל אין איין האַנט.
אויף דער גאַלאַ האָט די „פֿאָלקסבינע‟ ספּעציעל אפּגעגעבן כּבֿוד דעם פֿינאַנציסט מאָריס אָפֿיט (Morris Offit). די באַרימטע פּערזענלעכקייט פֿון טעלעוויזיע־נײַעס טאַם בראָוקאַ (Tom Brokaw), וואָס איז אַליין אַ גוי פֿון דרום־דאַקאָטאַ, האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם אָפֿיט און אים געלויבט אין הימל אַרײַן. דערנאָך האָט אָפֿיט געזאָגט אַ פּאָר ווערטער, אויך אויף ייִדיש (און ניט אין גאַנצן פֿאַרגרײַזט); דערבײַ האָט ער באַמערקט, אַז מסתּמא רעדט ער ייִדיש בעסער ווי מעיאָר בלומבערג רעדט שפּאַניש. איך וויל דאָס באַשטעטיקן און נאָך צוגעבן, אַז מאָריס אָפֿיט האָט בכלל געמאַכט זייער אַ גוטן אײַנדרוק און זעט אויס צו זײַן אַ מענטש מיט אַלע מעלות. איך האַלט פֿון אים אַ וועלט און רעקאָמענדיר אים פֿאַר אַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. און אַז מע וועט פֿאַר אים איבערזעצן די דאָזיקע רעצענזיע אויף ענגליש, וויל איך בעטן, מע זאָל אָנווײַזן מײַן גוייִשן נאָמען ריכטיק: Alec Burko. (גיט אַכטונג — Alec מיט אַ c!)
אַחוץ מאָריס אָפֿיטן (זאָל זײַן מזל לײַכטן ווי די שטערן אין הימל) האָט מען אויך אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם אַקטיאָר און זינגער יואל גריי, דעם זון פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן קאָמיקער מיקי קאַץ. יואל האָט אַליין געהאַט אַ לאַנגע קאַריערע אויף בראָדוויי; ער איז שוין 81 יאָר אַלט און איז צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר דער ראָלע פֿונעם קאָנפֿעראַנסיע אינעם מיוזיקל און דערנאָך אינעם פֿילם „קאַבאַרעט‟ (1972). ער האָט אָבער געירשנט פֿונעם טאַטן דעם חוש פֿאַרן ייִדישן ליד און אויף דער גאַלאַ האָט ער געזונגען זייער אַ יוגנטלעכן נוסח פֿון „רומעניע‟; כאָטש וואָס דאָס איז אַזוינס קאַשקאַוואַל (אַ מין קעז) אָדער קאַרנאַצעלע (אַ מין וווּרשטל), האָט ער מודה געווען דעם עולם, אַז ער ווייסט אויך ניט. (איך האָב אויך ניט געוווּסט, ביז וויקיפּעדיע…) קינדווײַז האָט יואל געהערט ייִדיש ניט אין דער היים בײַם טאַטן, נאָר בײַם זיידן אין שנײַדערשאַפּ.
דער דריטער לאַורעאַט פֿונעם אָוונט איז דעם ייִדישן עולם שוין גוט באַקאַנט. איצי פֿײַערסטאָון האָט אָנגעהויבן שפּילן אין דער „פֿאָלקסבינע‟ נאָך אין 1976, אין אַ פֿאָרשטעלונג באַזירט אויף אַב. קאַהאַנס ראָמאַן „דער אויפֿשטײַג פֿון דוד לעווינסקי”. ער איז דער איינציקער לאַורעאַט, וואָס איך קען פּערזענלעך; ער האָט אַ סך פֿאַרדינסטן, און עס קומט אים שוין לאַנג דער דאָזיקער כּבֿוד. אָבער אַזוי ווי ער איז ניט קיין מיליאָנער, וויל איך ניט צו פֿיל מאריך זײַן וועגן זײַנע שבֿחים. (זײַ מוחל, איצי!)
די אַנדערע זינגער קענען זיך אויך ניט פֿאַרגלײַכן מיט הער אָפֿיטן, קיין בייז אויג זאָל אים ניט שאַטן. פֿון דעסטוועגן וויל איך כאָטש פֿאַרשרײַבן זייערע נעמען, זיי זאָלן בלײַבן אויף אייביק פֿאַר די ווײַטערדיקע גאַלאַס. די מוזיקאַלישע באַגלייטונג איז באַשטאַנען פֿון זלמן מלאָטעק, דעם אַרטיסטישן רעזשיסאָר פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, צוזאַמען מיט פֿראַנק לאָנדאָן און זײַן קאַפּעליע, די „קלעזמער אַל־סטאַרס‟. עלינאָר ריסאַ האָט געמאַכט דעם עולם אַן אַפּעטיט מיט איר נוסח פֿונעם ליד „באָרשט‟. דער שוואַרצער אָפּערע־זינגער עלמאָר דזשיימס האָט געזונגען אַ ייִדישן Ol’ Man River — „אַלטער טײַך‟ — אינעם סטיל פֿון פּאָל ראָבסאָן. דזשאָען באָרטס מיט רחל יוכט האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעם גילגול פֿון די בערי־שוועסטער. אַנעט איזיקיאל (פֿון דער קאַפּעליע „גולם‟) האָט באַגריסט אַלע מאַמעס מיטן אַלטן שלאַגער „אָדעסאַ מאַמע‟. אויך שיִער נישט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען מײַק בורשטין, וואָס האָט סײַ געזונגען, סײַ געדינט ווי קאָנפֿעראַנסיע אין משך פֿונעם גאַנצן אָוונט.
דער עולם האָט זייער הנאָה געהאַט פֿון דער הײַיאָריקער גאַלאַ, און הלוואַי וואָלטן מיר געהאַט מער אַזעלכע. כאָטש איין טאָג אַ יאָר האָט מען דעם אײַנדרוק, אַז עס האַלט מיט ייִדיש נישקשה, און אַפֿילו, אַז אפֿשר גייט עס באַרג־אַרויף. אין צוויי יאָר אַרום וועט די „פֿאָקלסבינע‟ אָרגאַניזירן אַ גרויסן טעאַטער־פֿעסטיוואַל, קען מען אויף דעם אַרויסקוקן ווי אַ פֿרומער ייִד אויף משיחן. יעדער מענטש דאַרף לעבן מיט אַ האָפֿענונג, און דער טעאַטער האָט לאַנג געדינט, אַרײַנצופֿלאַנצן אין אונדז אַזעלכע האָפֿענונגען. איך לעב אויך מיט מײַן האָפֿענונג: אַז מאָריס אָפֿיט וועט לייענען דעם דאָזיקן אַרטיקל און מיך פֿאַרבעטן צו פֿאַרברענגען אין זײַן קאָמפּאַניע אויף די באַהאַמאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.