אַ 113־יאָריקע פֿרוי, וועלכע איז באַצייכנט געוואָרן ווי די עלטסטע צווישן אַלע ייִדן אויף דער וועלט, איז די וואָך געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק, האָט דאָנערשטיק איבערגעגעבן איר אייניקל, ברכה ווײַסבערגער.
די ניו־יאָרק־געבוירענע עוועלין (חווה־רבֿקה) קאָזאַק, וועלכע האָט שטאַרק ליב געהאַט ליטעראַטור און דאָס ווערטערשפּיל „סקרעבל‟, האָט אָפֿט געזאָגט, אַז איר אַריכת־ימים איז אַ פּועל־יוצא פֿון איר געזונטן לעבן־שטייגער, און צוליב אַ ברכה, וואָס זי האָט באַקומען פֿונעם „פֿריִערדיקער רבי‟ אין 1929.
פֿרוי קאָזאַק האָט אָפֿט דערציילט מיט אַלע פּיטשעווקעס, ווי אַזוי זי האָט רעאַגירט בײַם דערהערן די נײַעס וועגן דעם אונטערגיין פֿונעם „טיטאַניק‟ אין 1912, און זי האָט אויך געהאַט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון איר טאַטן, ווי ער שטייט מיט פּרעזידענט וויליאַם האַואַרד טעפֿט בײַם חנוכּת־הבית פֿונעם ערשטן ייִדישן יתומים־הויז אין ניו־יאָרק.
פֿרוי קאָזאַק איז געבוירן געוואָרן דעם 14טן אויגוסט 1899. איר משפּחה איז אַנטלאָפֿן פֿון די פּאָגראָמען אין רוסלאַנד און זיך באַזעצט אין אַמעריקע. הגם זי האָט נישט געהאַט קיין פֿאָרמעלע ייִדישע דערציִונג, האָט זי געהיט שבת און כּשרות, און האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ געטרײַער ציוניסטקע. צו 110 יאָר האָט זי אָנגעהויבן צודעקן דעם קאָפּ, ווי עס טוען אַ סך פֿרומע חתונה־געהאַטע ייִדישע פֿרויען.
זי האָט פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ פֿון איר דערוואַקסן לעבן אין מיאַמי, וווּ זי האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פּאַנסיאָן, האָט ווײַסבערגער געזאָגט.
אַ מאַמע פֿון פֿינף קינדער, האָט זי איבערגעלעבט צוויי מענער און צוויי פֿון אירע קינדער. זי האָט געהאַט צען אייניקלעך, 17 אור־אייניקלעך, און איין אור־אור־אייניקל.
מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט מען אין דער שטאָט פּיטסבורג, וווּ זי האָט דעמאָלט געוווינט, אָפּגעמערקט „עוועלין קאָזאַק־טאָג‟, לכּבֿוד איר 110טן געבוירן־טאָג.
זי איז לעצטנס באַצייכנט געוואָרן ווי דער זיבעטער־עלטסטער מענטש אויף דער וועלט, האָט איבערגעגעבן ראָבערט יאָנג, אַן אַדמיניסטראַטאָר פֿון דער „געראָנטאָלאָגישער פֿאָרש־גרופּע‟ — אַן אָרגאַניזאַציע פֿון דאָקטוירים, וויסנשאַפֿטלער און אינזשענירן, וועלכע באַשטעטיקן, ווער ס׳זענען די מענטשן עלטער פֿון 110 יאָר. דער סאַמע עלטסטער מענטש אין דער וועלט, דזשעראָעמען קינוראַ, פֿון יאַפּאַן, איז געשטאָרבן מיטוואָך צו 116 יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.