אינעם תּל־אָבֿיבֿער מוזיי „בית התּפֿוצות‟ (דער מוזיי פֿונעם ייִדישן פֿאָלק) האָט מען די וואָך אָפּגעגעבן כּבֿוד דרײַסיק קינדער, וועלכע האָבן הײַיאָר געוווּנען דעם קאָנקורס „מײַן משפּחה־געשיכטע‟, גיט איבער אַ באַריכט אין „האָרץ‟. די קינדער קומען פֿון בערך אַ טוץ לענדער.
הגם דער קאָנקורס ווערט דורכגעפֿירט שוין דאָס 17טע יאָר, האָט מען דאָס מאָל געפּרוּווט עפּעס נײַס, האָט דערקלערט רן מערקל, דער פּראָגראַם־דירעקטאָר פֿונעם מוזיי. „ביז איצט האָבן מיר בלויז געבעטן מענטשן אַרײַנשיקן פֿאָטאָ־אַלבאָמען, אָבער הײַיאָר האָבן מיר געזוכט קינסטלערישע ווערק, וואָס דערציילן די משפּחה־געשיכטע, און מיר זענען געבליבן געפּלעפֿט פֿון דער שאַפֿערישקייט, וואָס האָט זיך אַנטפּלעקט,‟ האָט ער באַמערקט.
די עקספּאָנאַטן זענען פֿון פֿאַרשידענע מינים. איין קינד, וואָס די משפּחה האָט עמיגרירט פֿון פּוילן און רומעניע קיין קאָסטאַ־ריקאַ, האָט געשאַפֿן אַ גרופּע האַנט־געמאָלענע באַבושקע־ליאַלקעס, מיט די פּנימער פֿון די משפּחה־מיטגלידער.
אַ צווייט קינד האָט דערציילט די געשיכטע פֿון זײַן משפּחה, וואָס האָט געוואַנדערט פֿון מיזרח־אייראָפּע קיין מעקסיקע, דערנאָך קיין קאָסטאַ־ריקאַ, און שפּעטער צוריק קיין מעקסיקע, ניצנדיק דעם פֿידל פֿון אַ לאַנג־פֿאַרשטאָרבענעם עלטער־פֿעטער פֿון ליטע, ווי אַ פֿאָדעם וואָס בינדט צונויף אַלע קאַפּיטלען פֿונעם וואַנדערוועג.
אין אַ דריטן עקספּאָנאַט, דערציילט דאָס קינד, דורך אַ מיניאַטור פֿון אַ טעאַטער־גאַרדעראָב, די געשיכטע פֿועם זיידן, אַ לעבן־געבליבענעם פֿון וואַרשע, וועלכער האָט געמוזט אויפֿגעבן זײַן טעאַטראַלישע קאַריערע, ווען ער האָט זיך באַזעצט אין שפּאַניע און דאָרט דערצויגן זײַנע קינדער און אייניקלעך.
הגם מערקל האָט אַ חשד, אַז געוויסע עלטערן האָבן געהאָלפֿן זייערע קינדער געפֿינען אַ טעמע, און עס דורכצופֿירן, זאָגט מערקל, אַז עס מאַכט נישט אויס. „פֿאַרקערט, זאָל די גאַנצע משפּחה זיך באַטייליקן אין די פּראָיעקטן,‟ האָט ער צוגעגעבן.
אַן אָפֿטע טעמע פֿון די עקספּאָנאַטן איז געווען — דער חורבן.
דער קאָנקורס איז געווען אָפֿן פֿאַר קינדער צווישן פֿיפֿטן און אַכטן קלאַס אין די ייִדישע טאָגשולן און זונטיקשולן אין אויסלאַנד, ווי אויך געציילטע שולן אין ישׂראל. 126 תּלמידים פֿון 76 שולן — 50 פֿון זיי מחוץ ישׂראל — האָבן אַרײַנגעשיקט זייערע קונסטווערק.
די ריכטער האָבן אויסגעקליבן צען געווינער פֿון יעדער קאַטעגאָריע: 1) ישׂראל, 2) צפֿון־אַמעריקע, אייראָפּע און אויסטראַליע; 3) לאַטײַן־אַמעריקע און שפּאַניע.
דעם ערשטן פּריז האָט מען געגעבן יאל מאיר פֿון „קאָלעגיאָ חיים ווײַצמאַן‟ אין קאָסטאַ־ריקאַ, פֿאַר אירע באַבושקאַ־ליאַלקעס.
אין די פֿריִערדיקע יאָרן זענען ס׳רובֿ פֿון די באַטייליקטע אינעם קאָנקורס געווען ישׂראלדיקע תּלמידים, אָבער דאָס יאָר האָט מען, דורך דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון PELIE, אַ סך בעסער מפֿרסם געווען דעם קאָנקורס אין אויסלאַנד. ווי אַ פּועל־יוצא האָבן מער ווי 20 אַמעריקאַנער ייִדישע שולן זיך אין דעם באַטייליקט. פֿאַראַיאָרן האָבן בלויז זיבן אַמעריקאַנער שולן אָנטיילגענומען.
די 20 אויסלענדישע געווינער האָבן באַקומען פֿאַר אַ פּריז אַ הין־און־קריק בילעט קיין ישׂראל, כּדי זיך צו באַטייליקן אין דער צערעמאָניע די וואָך. די ישׂראלדיקע געווינער האָבן באַקומען אַן iPad.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.